דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
א גייסטרייכע באזוך איז נעכטן אפגעראכטן געווארן דורכ'ן הויפט רב אין איראן הרב יהודה גראמי שליט"א במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן איראן, ספעציעל אין די יעצטיגע תקופה ווען עס הערשט אן אנגעצויגענקייט צווישן מדינת ישראל און איראן.
ביים באזוך איז דער איראנער הויפט רב מיטבאגלייט געווארן דורך עטליכע חב"ד שלוחים, וועם דער רבי האט באזונדער אויסגעפרעגט בפרטיות אויף די אלע ברייטע פעולות פון די שלוחים פאר די אידן אין איראן, און ווי אזוי זיי באווייזן אויפצוטון גדולות ונצורות אינערהאלב זייער עבודת הקודש. צום שלוס האט דער רבי מאציל געווען ברכת קדשו פאר די חשוב'ע רבנים זיי זאלן ווייטער זוכה זיין אויפצוטון און ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט הצלחה און סיעתא דשמיא.
Comentários