מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
א דראמאטישע הוראת הקודש איז איבערגעגעבן געווארן פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א פאר די בחורי הישיבה, אז קיין איין בחור טאר זיך נישט שטעלן צום "לשכת הגיוס" פונעם טמא'נעם צה"ל, ניטאמאל צו באקומען א פטור, אפגערעדט פאר א דיחוי.
דעם רבי'נס דעת קדשו און הוראה ברורה איז איבערגעגעבן געווארן פאר די בחורים פארלאפענעם ליל שישי שלח דורך הגאון החסיד ר' אברהם קרישעווסקי שליט"א משגיח רוחני אין ישיבה "באר אברהם" סלאנים, איבער'חזר'נדיג דעם רבי'נס שארפע שטעלונג איבער די פארשווערטע גזירות על הדת וואס די ציונים זוכן צו מגייס זיין די בני הישיבות כפי', און אויב אמאל האט מען נאך געקענט האבן א שיג ושיח מיט זיי, אבער אינעם יעצטיגן שעת השמד מוז מען צייגן מסירת נפש און שטיין קעגן זיי כצור החלמיש, און מ'טאר נישט האבן קיין שום קשר מיט זיי! קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, אפילו אזעלכע וואס האלטן שוין אינמיטן פראצעדור פון באקומען א פטור, זאלן תיכף אפשטעלן די ווייטערדיגע באמיאונגען און גענצליך אפהאקן קשר מיט זיי.
אזוי אויך איז דעם לעצטן ליל שישי אריין למעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א די ראשי הנהלת העדה החרדית, און פאר נאנט צו א שעה צייט איבערגעשמועסט איבער די גזירת הגיוס און די דרכי המלחמה והפעולה.
ביים היינטיגן עצרת הרבבות על פני ככר זופניק דורך רבבות תושבי ירושלים, האבן זיך צווישן אנדערן געציילט די הונדערטער בחורי הישיבות קדושות פון סלאנים, סיי פון די ישיבה גדולה אין אלעד און סיי די ישיבה קטנה פון ירושלים און די אברכי הכוללים, וועלכע האבן זיך אלע משתתף געווען עפ"י הוראת הקודש פונעם רבי'ן אז ס'איז א חוב קדוש פאר יעדן אנטיילצונעמען אינעם מחאה אדירה להעביר את רוע הגזירה ולקדש שם שמים.
Comments