מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם מאנטאג אווענט איז דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול ר' שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילידעלפיע אנגעקומען קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע האט אויפגענימען די ראש ישיבה מיט גרויס כבוד און עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס.
דער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די הרבצת התורה און די שיעורים וואס די ראש ישיבה געבט איבער טאג טעגליך, אויך האט די רבי געשמועסט מיטן ראש הישיבה איבער די קשר צווישן אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע מיט זיין פאטער הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל.
די רבי האט מכבד געווען די חשובע גאסט מיט פירות, און זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש פון הרבצת התורה בבריות גופא ונהורא מעליא, און דער ראש הישיבה האט צוריק געוואונטשן דעם רבי'ן בברכות לרוב.נאכן באזוך האט די רבי ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה ביז צו דער גאס, ונפרדו לשלום.
Comments