top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבער 100 נגידי בעלזא אונטער'ן רושם פון נסיעה קיין "קערעסטיר" בראשות הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א

מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אנשיק בעק, JDN

 

אריבער 100 בעלזער נגידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק זענען נאך אונטער'ן טיפן רושם פון די אייגנארטיגע און ערשטמאליגע מסע הישועות וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט קערעסטיר, אונגארן, בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מיט'ן ציל צו מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים און ארויסצייגן דעם אות הוקרה פאר די נושאי הממלכה, די גדולי התומכים פונעם מרכז מוסדות בעלזא בארה"ק.


די געהויבענע איין-טאגיגע נסיעה איז געלאזט געווארן אין גאנג דעם פארלאפענעם מיטוואך תולדות צופרי, ווען הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ארה"ק אינאיינעם מיט זיינע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, ווען צו דער זעלבער צייט האבן זיך ארויסגעלאזט די שיירות פון די נגידים אין ניו יארק, אויפ'ן וועג קיין קערעסטיר.


די גאנצע נסיעה איז געווארן באגלייט מיט די געניטע פלאנירונג און לאגיסטיקס פון די בארימטע "וויי עף" פראדאקשאן פירמע אנגעפירט דורכ'ן מייסטער ארגאניזירער ר' יוחי פליישמאן וועלכער האט אריינגעלייגט קאפ און מח אז אלע דעטאלן זאלן קלאפן על צד היותר טוב.


אין די נאכמיטאג שעה'ן האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי ובניו געלאנדעט אין בוקארעסט, און פון דארט צוגעפארן קיין קערעסטיר, וואו עס איז צום ערשט אפגעראכטן געווארן א התעוררות'דיגע תפלת מנחה אינעם הייליגן הויז פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע. פון דארט איז מען צוגעפארן א צוואנציג מינוט וועג צו די שטאט טאקאי, וואו ס'איז פארגעקומען די צענטראלע גראנדיעזע מסיבת הוקרה, אפצוגעבן א שבח על העבר אויף די בליענדע הצלחה פון די הייליגע אימפעריע פון מרכז מוסדות בעלזא, און זיך ווייטער מחזק זיין ממשיך צו זיין להרמת קרן התורה, לעשות רצון צדיק פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א.


א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן כיד המלך, און עס האבן מהנה געווען בפרקי שיר די וועלט בארימטע מנגנים ר' מאטי שטיינמעץ, ר' הערשי וויינבערגער, און ר' שלום לעממער זעלבסט מנגידי ותומכי חצר הקודש בעלזא, באגלייט פון די "זמרו" קאפעליע פון אנטווערפן. מיט דברי חרוזים האט מהנה געווען דער בדחן ר' אשר זעליג דרעזנער פון אנטווערפן.


אנהייב פונעם מעמד נאך קארצע דברי פתיחה דורך העסקן הרב פנחס לערנער הי"ו ממנהלי מרכז מוסדות בעלזא וועלכע האט ארגאניזירט די גאנצע נסיעה מבואו ועד צאתו האט נכדו חביבו פונעם רב שליט"א, הרה"ג ר' אברהם שמואל צבי רוקח פארגעליינט א מכתב קודש פונעם זיידן דער רב שליט"א ספעציעל אפגעשריבן לכבוד דעם יעצטיגן מעמד, וואו דער רב הייבט ארויס ברגשי הערכה כלפי די נגידים בעם וואס העלפן שלעפן דעם שווערן עול בהחזקת המוסדות. די נגידים זענען דאן אריבער ביי אלע אייניקלעך פונעם רב וואונטשן לחיים, כנהוג, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א רייכע פרעזענטאציע בקורות ימי בעלזא.


דערנאך איז ערשינען אין זאל הרה"צ ר' אהרן מרדכי, וועלכער האט מפאר געווען בראש המסובין. רירנדע מאמענטן איז געווען בשעת דעם אויפטריט פון א חשוב'ן גר צדק, א פייערדיגער בעלזער חסיד, ומגדולי התומכים, וועלכער איז אריינגעקומען תחת כנפי השכינה דורך די בעלזע השפעה, און ער האט אויספירליך געשילדערט ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן צו בעלזא, און ווי אזוי ער איז ב"ה געשטיגן אויפ'ן לייטער פון עשירות, און ער איז היינט פון די גרויסע תומכי בית בעלזא. דער גר צדק האט איבערראשנד פראקלאמירט אז ער טוט דאפלען זיין שטיצע פאר בעלזא, און אפעלירט ביים ציבור אז מ'זאל אים נאכטון.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי איז אראפ פונעם אויבן-אן און זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין מיט די נגידים. דערנאך האט מען געהערט דעם משא המעמד דורך הרה"ג ר' לייבוש קארניאל ראש כולל עיון בעלזא אין ירושלים, וועלכער האט אויפגעווארעמט די הערצער ארום די גרויסע זכי' צו שטיצן די בעלזא חינוך נעץ.


א מחזה הוד איז דאן געווען, ווען די נגידים האבן זיך געשלענגעלט אין א לאנגע רייע איבערצוגעבן די "שטרי התחייבות" פאר רבי אהרן מרדכי, אונטערנעמענדיג פאנטאסטישע יערליכע שטיצע אין אן אויסוואל פון 72 טויזנט, 36 טויזנט, ולכל הפחות 18 אלפים. רבי אהרן מרדכי האט מיט א קענטיגע התרגשות און הערכה איבערגענומען די שטרות און גאר ווארעם געוואונטשן פאר יעדן תומך פערזענליך.


דערנאך האט רבי אהרן מרדכי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התחזקות איבער זייער גרויסע זכי' און ארויסגעברענגט די אומגלויבליכע ערשיינונג ווען עס קומען זיך צונויף אזויפיל בעלזע עשירים, און כולם אהובים וברורים, חסידים ואנשי מעשה, מיט'ן ערליכן חסיד'ישן ברען, און קיינער ווערט ב"ה נישט מאדערניזירט אפילו מ'האט געלט, און דאס איז דאס חשיבות צו נעמען געלט פון אזעלכע ווארעמע חסיד'ישע אידן, און די בעלזע מוסדות ווערט געשטיצט פון אחינו לדיעה.


כחצות הלילה האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט קערעסטיר צום הויכפונקט פון די נסיעה, דער "מעמד תפלה" ביים ציון הק' פון רבי ישעי'לע זי"ע. אנקומענדיג האט מען כהוראת הקודש פונעם רב שליט"א צוערשט געזאגט דעם "תפלה קודם התפלה" פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און דאן האט מען מיט גרויס התעוררות געזאגט ספר רביעי שבתהילים, און עפ"י בקשתו פון רבי אהרן מרדכי האט מען צוגעלייגט נאך דריי קאפיטלעך תהילים פסוקי דרחמי, ווען קיין טרוקן אויג איז נישט פארהאן.


דאן האט רבי אהרן מרדכי משמיע געווען דברי התעוררות און איינגעריסן אז רבי ישעי'לע וועלכער איז געווען דער מרבה להיטיב און געזוכט נאר צו טון חסד, זאל זיך מיען פון אויבן און איינריסן ביים כסא הכבוד צו משפיע זיין ישועות ורפואות פאר די אידן דא וועלכע זענען זיך מוסר נפש פאר בית בעלזא. ווי אויך האט רבי אהרן מרדכי שטארק מעורר געווען למען חיזוק כוחותיו פון מר אביו דער רב שליט"א.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער איבערגעבן די הזכרות פאר רבי אהרן מרדכי, וועלכער האט אלעס אויפגעליינט און דאס דאן אראפגעלייגט ביים ציון הק'. עס איז געווען שוין דריי אזייגער פארטאגס ווען מ'האט זיך ארויסגעלאזט צוריק קיין טאקאי, וואו מ'האט עד אור הבוקר מתוועד געווען בשירות ותשבחות און דאנערשטאג צופרי האט מען זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים.


תיכף ביים אנקומען אהיים איז רבי אהרן מרדכי אריין לקודש פנימה און איבערגעגעבן פאר'ן פאטער א לעבעדיגן גריס פון די געהויבענע ווארעמע און חסיד'ישע נסיעה, וואס דער רב האט אויפגענומען מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען ברכת קדשו צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.







































Comments


bottom of page