top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ה ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אויפוואכונג פאר מתפללים אינעם מנין מעריב פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין די יעצטיגע ימי הספירה.

חזו בני חביבי • האד' מוויז'ניץ ביים עוסק זיין בלימוד התורה מיט די אייניקלעך ביי די שיעורי תורה ברבים דעם חול המועד אין גרויסן ביהמ"ד.

דער רב ראשי הגאון רבי דוד לאו שליט"א אויף א באזוך דעם חול המועד ביי האדמו"ר מגור.

האד' מספינקא מאנסי על קברו פונעם נעים זמירות ישראל ר' מיכאל שניצלער ע"ה וועמענס ערשטע יארצייט איז אויסגעפאלן דעם אסרו חג פסח.

א שיין בילד וואו האד' מצאנז פארברענגט מיט זיינע אייניקלעך איידער בדיקת חמץ ערב יו"ט.

האד' מסלאנים אויף א תפילה ביים כותל המערבי דעם ערב פסח וואו די רבי האט געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח.

האד' ממחנובקא בעלזא ביים באקוקן די לעבעדיגע פיש דעם ערב יום טוב פסח.

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים כאפן א בליק אויף דער מקום המקדש דורך א קוקער, בעת זיין באזוך דעם חול המועד אין שטוב פון הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו אין ירושלים.

האד' מוויזניץ  ביים אנוואונטשן דער בעל מנגן ר' מונה ראזנבלום נאכן מהנה זיין ביים סעודת חול המועד דעם חול המועד פסח.

האדמו"ר מבאיאן אין א באגעגעניש מיט האד' מקאז'ניץ דעם חול המועד פסח אויף די ירושלימער גאסן.

חסידי גור ביים איבערחזרן די תורות פון האד' מגור אויסנוצנדיג יעדע רגע איידער די מעמד שאיבת מים שלנו בחצר הקודש גור.

ביים סעודת חול המועד במעונו פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו אין מאנהעטן האט 'קרישקעס' באמערקט די אייניקלעך פון האד' מוויז'ניץ (מרכז) בני הרה"צ רבי משה מרדכי כץ.

המשפיע הרה"צ רבי יצחק משה ארלנגר ביים ערהאלטן ערב פסח מצות פון מורו ורבו האדמו"ר מראחמסטריווקא.

האדמו"ר מבאבוב-45 אין א שמועס מיט האדמו"ר מליסקא אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש נאך תפילת מעריב.

האד' מוויז'ניץ איז מבקר חולה ביי הרה"ח ר' זלמן קורניצער הי"ו לרפו"ש מנאמני בית מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א נאכן אהיימקומען פון שפיטאל.

האדמו"ר מסאדיגורא איז מנחם אבל ביי הרב החסיד ר' הערשל ראזנבלאט הי"ו לאנגיעריגע גבאי אין די טשארקובער קלויז אין אנטווערפען.

מחזה הוד וואו הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקע איז זיך מפלפל אין לערנען מיט יונגע בחורימלעך, אשרי העם שככה לו.

האחים האדמור"ים מוויז'ניץ באגריסן זיך נאכן כינוס אדמור"י עיר בני ברק נעכטן דורך ארגון 'הקשיבה'.

דער בארימטער פאטאגראפירער א. אייזנבאך האט קרישקעס באמערקט ביים כותל המערבי נאכן עולה רגל זיין דעם חול המועד (קרדיט: שלומי טריכטר).

דער ירושלימער פאטאגראפירער ר' שלמה טריכטער ביים מקבל זיין ברכת קדשו פונעם פוסק הדור שליט"א דעם יו"ט פסח.

ערב יו"ט פסח האט קרישקעס באמערקט די הערליך - צוגעגרייטע סדר טיש פון האד' מתולדות אברהם יצחק, נכדו חביבו ר' אברהם לעמבערגער ביים אנגרייטן די לעצטע הכנות. מערקט די נייע כוס של אליהו וואס הנגיד ר' שמואל הורוויץ הי"ו פון מאנסי האט געשאנקן פארן רבי'ן אויף יו"ט.

דער פאטאגראפירער אחים לאנטשעווסקי האט קרישקעס באמערקט אין א פריינטליכע שמועס מיט האד' מניקלשבורג ביי שריפת חמץ אין בארא פארק.

נאסטאלגיע: היסטאריש בילד פון האדמו"ר מאמשינוב ביי שריפת חמץ מיט 45 יאהר צוריק.

הגה"צ רבי אליעזר מרדכי סופר אבד"ק סאטמאר לינדען אויף א באזוך ביי האד' מקאסאן דעם חול המועד.

די מלכות'דיגע היסב בעט פון האד' מקרעטשניף גרייט צום ליל הסדר.

האד' מתולדות אברהם יצחק גייענדיג אין ביהמ"ד דעם אסרו חג פסח.

מציץ מן החרכים • חסידי תולדות אברהם יצחק ביים מיטהאלטן מצות באקן ביים רבי'ן ערב פסח.

האד' מוויז'ניץ ביים איבערגעבן א שיינעם נתינה פאר העסקן הרב שמחה קרקובסקי הי"ו נאכן באזוך אינעם בית התבשיל אין בני ברק וואו עס ווערט צוגעגרייט טויזנטער פארציעס עסן טאג טעגליך, פאר נויטבאדערפיגע משפחות אין בני ברק.

חיים אדם להקביל פני רבו • הרב מאיר פרוש און זיין זוהן העסקן ר' ישראל פרוש אויף א באזוך דעם חול המועד ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א.


א ברכת מזל טוב פארן פאטאגראפירער י. שטיין לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הר"ר יעקב יוסף פערל מגדולי עסקני חצר הקודש ספינקא, לרגל הולדת הבת למזל טוב.


bottom of page