שמא קגרים: האד' מסאטמאר איז קורא שם קוועיקער היללס געגענט בגלילות קרית יואל "שכונת פרי מגדים"
- בחצרות הקודש

- 2 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 3 בדצמ׳ 2024
מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין א פרייליכע שטימונג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם מוצאי שבת קורא שם געוועהן פארן קוועיקער הילל געגענט אין קרית יואל ויקרא שמו: שכונת 'פרי מגדים', אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון הרחבת גבולי העיר קרית יואל מיט אירע שכונות לשם ולתהלה.
דעם מוצאי שבת איז דער סאטמארער רבי ערשינען אינעם שכונה לכבוד די מעמד התמנות פון הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א זוהן פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם דער רבי האט אויפגענימען אלס דומ"ץ ביהמ"ד 'בית חיים דוד' דקהל יטב לב אין קוועיקער הילל. ביי די דברות קודש האט דער רבי ארויסגעברענגט די שמחה אז דער שטאט קרית יואל פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן לשם ולתפארת, און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפינט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן אויך זיין א חלק פונעם הייליגן שטאט קרית יואל, און צו דעם געלעגנהייט האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט 'שכונת פרי מגדים', שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן זיך רופן מיט די הייליגע נעמען וועט מען משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס פונקט ווי אין קרית יואל גופא, און בפרט בעניני צניעות און מלבושים סיי ביי אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך.
באזונדער האט מען - ביים מעמד געהערט דרשות פון די אנוועזנדע רבנים, דברי ברכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דעם דבר הקהילה דורך הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראשי הקהילה, און א שיינעם דרשה פון דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א.






























תגובות