מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בערגער
אינעם דריטן טאג פונעם גייסטרייגע מסע "ועידת הנאמנים" דורך די נגידי חצר הקודש סערט וויזניץ, בראשות כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, צום היסטארישן קור-ארט "מארינבאד", דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינעם היסטארישן האטעל און אכסניא של צדיקים אין מארינבאד, אינאיינעם מיט די נגידים משתתפי הנסיעה. נאכ'ן דאווענען ארויף האלב עלף פארמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א צוויי שעה וועג קיין פראג, וואו מ'איז ארומגעפירט געווארן אין די היסטארישע אור-אלטע בתי מדרשים פון שטאט.
דערנאך איז מען אריבער אינעם בית הכנסת העתיק פונעם הייליגן מהר"ל, וואו מ'האט געדאוונט מנחה ברוב עם, און פון דארט איז מען אריבער צום בית החיים אין פראג וואו מ'האט פוקד געווען ביי די ציונים הקדושים פונעם מהר"ל און כלי יקר, און ביי נאך צדיקים שוכני המקום פון וועם עס ציט זיך די שושילתא דדהבא פון בית קאסוב וויזניץ.
דערנאך איז מען צוריק ארויף אויף די באסעס, אפרייזנדיג צום לופטפעלד, אהיימפארנדיג מיט געהויבענע געמיטער און פארזיכערטע הערצער צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
Comments