top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר ערשיינט אויף ביקור כבוד אין קרית ברך משה - וואדבערן

מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין קרית ברך משה אין וואדבערן וואו דער רבי האט באשיינט די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל פונעם ארטיגן בנין התלמוד תורה.


ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון בנו הגה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים אב"ד סיגוט שליט"א - רב הקריה,


עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן רב שליט"א און די אנוועזנדע הנהלת הקריה איבער די הרחבת גבולי הקודשה פונעם קריה און די דערנעבנדיגע קאנטריס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט ממתקים פאר די אייניקלעך.



דערנאך האבן די תלמידי הת"ת אינעם מחנה מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט"א בחוצות הקרי' אויסגע'שורה'ט אין די צוויי זייטן בשירה וזמרה, דער רבי האט אריבער שפאצירט די שורה ביז צום בנין הת"ת, ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א  מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א צו קובע זיין א מזוזה. דערנאך איז דער רבי ארום זיך אומקוקן אינעם בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם נדבן בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.


דערנאך איז דער רבי ארויף צום היכל הביהמ"ד 'בנין יהודה' צום מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט דאן געוואונטשן  פאר אלע קינדער און אנוועזנדע, און משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חשוב'ן נדבן און פארן גאנצן ציבור.


דערנאך האט דער רבי פארלאזט די קריה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו איבער די פארברייטערונג פון די פלייש געשעפט לאקאלן דקהל יטב לב בהרי הקעטסקילס.



Comments


bottom of page