בישטינא, מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע גרייט זיך צו וועלט-צוזאמענפאר אין די מסוגל'דיגע "ניין טעג"
- Bechatzros admin
- 20 ביולי
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שב"ק פ' פנחס • כ"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

די געטרייע בישטינא עסקנים, זענען די טעג פארנומען, זיך גרייטנדיג צו אקאמאדירן שווערע טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט, מיט א.ג. "שווערע קוויטלעך", וואס ווילען אויסנוצען דעם ספעציעלן געלעגנהייט, וואס דער הייליגער איש מופת ופועל ישועות, הרה"ק רבי מרדכי'לע נאדווארנע'ער זצוק"ל, האט אין זיינערצייט געגעבן, פאר די וועלכע זענען זיך געקומען מזכיר זיין ביי אים, און האבען געוואלט אז ער זאל פאר זיי אויס פועל'ן א ישועה, אויסדרוקענדיג זיך, אז: די שווערע קוויטלעך זאל מען אים ברענעגען אין די 'ניין טעג'.
וואס די 'ניין טעג' מיינט, ווייסט יעדעס אידיש קינד, און אויך וואס "שווערע קוויטלעך" מיינט, ווייסען ליידער די אלע וואס טראגען זיך נעבעך ארום מיט אט די שוועריגקייטן און קענען דערפון נישט פטור ווערן, ווי צ.ב.ש.: שווערע פּראצעסן, קינדער וואס זענען ל"ע אראפּ פון וועג, קינדערלאזע פּארפעלקער רח"ל, בחורים און מיידלעך וואס טרעפן ליידער נישט קיין זיווגים, ביזנעסלייט וואס קוקען ארויס צו פארקויפן אדער קויפען, פּראפערטיס אדער ביזנעס'ער, קראנקע ל"ע וואס נויטיגן זיך אין אומנאטורליכע רפואות, קליינע קינדער מיט שוועריגקייטן צו רעדן אדער גיין, די וואס האבען צו טון מיט א שווערן 'בעל דין', אזעלכע מיט 'שלום בית' פּראבלעמען, אדער מיט קריגערייען אינדערהאלב דער פאמליע, אנגייענדע שוועריגקייטן צו טרעפן א לייטישע פּרנסה, טראומאטיזירטע, ליידענדע פון אינערליכע שרעק אדער אנדערע גייסטישע פּראבלעמען, ה"י, ליידענדע פון פארפאלגונגען, אדער פון אומפארגינער.
אט פאר די אלע פראבלעמען און ענליכעס ל"ע - האט דער רבי רבי מרדכי'לע זי"ע פארשפראכן בחיים חיותו - אז ער וועט דאס בס"ד אויס פועל'ן אין די "ניין טעג". ומה כאן עומד ומשמש, אף שם, זעט מען אויך היינט צו טאג, 130 יאר לאחר פטירתו - אז דער צדיק האלט ווארט, און פועל'ט פאר די אלע וואס קומען מתפלל זיין ביי זיין ציון אין בישטינא, אין לויף פון די מסוגל'דיגע "9 טעג", אויסערארדענטליכע און באלדיגע אפענע ישועות, בס"ד.
מערסטענס פון די וואס האבען אין פלאן צו קומען מתפלל זיין אין די ניין טעג פון איבער דער גארער וועלט - ובראשם די אדמור"י בית נדבורנא און קרעטשניף באגלייט מיט פילע שיירות חסידים פון אומעטום - וועלן ווארשיינליך קומען דורך בודאפעסט, פון וואו עס איז די לייכטסטע אנצוקומען קיין בישטינא (אין דער קארפאטן געגענט פון אוקראיינע), אבער פיל וועלן אויך קומען דורך אנדערע לופט פעלדער, לענגאויס אייראפע, יעדער לויט זיינע געברויכן און יעדער לויט זיינע מעגליכקייטן. די גינסטיגע וועטער וואס עס הערשט איצט אין אייראפע ערמעגליכט אין איינוועגס אויך "אריינצוכאפען" אנדערע מקומות הקדושים, אדער סתם באזוכען "אינעם אלטן היים".
אויפן ארט אין בישטינא, ווידער, זענען שוין א שטיק צייט טעטיג, די גבאים פונעם ציון הק', און די עסקנים פון "הכנסת אורחים" בישטינא, צו צוגרייטן דער שטח, אויפשטעלן די געצעלטן, ליפערן די פראדוקטן און עסענס, אוועק שטעלן די גרויסע קאך, צוגרייטן די מקוה, איינרישן די געצעלטן מיט עיר קאנדישאן סיסטעמען, צוגרייטן די פילע מאלצייטן און עסענס פאר די טויזנטער משתטחים, אזויווי עס איז געווען דער רצון פון הייליגן רבי מרדכי'לע זי"ע, בחיים חיותו, זיך צו זארגען פאר'ן וואוילזיין און גשמיות פון אלע וואס זענען געקומען צו פארען צו אים.
אין ראם פון די אלע פארברייטונגען פאר די מאסען אידן וואס דרייען זיך ליידער ארום מיט "שווערע קוויטלעך", ה"י, ווערט די יאר צוגעשטעלט א פרישע סערוויס, נעמליך אז אידן וועלכע קענען נישט - צוליב סיי וועלכן אורזאך - פערזענליך אנקומען קיין בישטינא אין די ניין טעג, קענען זיי שיקען זייערע קוויטלעך צו די גבאים פונעם ציון הק', אז עס זאל דארט פארגעליינט ווערן אין די ניין טעג, און ווי אויך אז מען זאל פאר זיי מאכען די מורא'דיגע סגולה פון צינדען ק"ס (160, כמניין צל"ם) נרות אויפ'ן ציון, יעדן טאג פון די ניין טעג, ווי דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע זי"ע פלעגט יעדן טאג צינדען בחיים חיותו, און דערמיט גע'פועל'ט גדולות ונצורות.
די ליכט וועלן דורכאויס די 'ניין טעג' טעגליך געצינדען ווערן ביים ציון, דורך יבדלחט"א די אייניקלעך פון דעם רבי'ן רבי מרדכי'לע נאדווארנע'ער זצוק"ל, חשוב'ע צדיקים און רבי'ס פון איבער די וועלט, וועלכע קומען אויך - אינאיינעם מיט כלל ישראל - זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פונעם הייליגן זיידע'ן, דער צדיק נשגב ופלא הדורות, און פועל ישועות, וועלכענס הבטחה גילט נאך היינט ווי בימי חייו, אז אין די "ניין טעג" פועל'ט ער אויס אין הימעל וואונדערליכע ישועות ורפואות, און איז ממשיך גוטס לכלל ולפרט.
תגובות