top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעצייכנט ז"ך מרחשון

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם דאנערשטאג ז"ך חשוון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי''ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל. די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט פאריגן שבת פ' חיי שרה בצל קדשו פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין ווילרייק, מוצש"ק האט דער רבי אפגעראכטן א מלוה מלכה פאר יחידי סגולה וועלכע האבן בייגעשטייערט א גרעסערע סכום פון 5000 דאללער און ארויף פארן כולל אוהל יעקב וואס איז געגרינדעט געווארן לשמו ולזכרו פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע און גערעדט בשבח פונעם כולל אוהל יעקב וואס האט שוין ארויסגעגעבן שיינע פירות פון רבנים ומורי הוראה. דער רבי שליט"א האט דערציילט עובדות מיט סיפורים און נאכן בענטשן האבן אלע נגידים זוכה געווען צו באקומען כוס של ברכה פונעם רבי'ן שליט"א.


אין די טעג ארום די הילולא האט דער שטאט אנטווערפען געווירבלט מיט הונדערטער געסט פון איבער די גאנצע וועלט, פון אייראפע, ארץ ישראל, און אמעריקע, צווישן זיי פילע רבנים, ודיינים, ומרביצי תורה. מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין שטאט צום סעודת הילולא רבתי וואס ווערט יערליך קאמבענירט מיטן מגבית לטובת די כולל לשמו ולזכרו פונעם בעל ההילולא.


בעפאר די סעודת ההילולא האבן אלע נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט פארן כולל דעם סכום פון 1800 דאללער - געהאט די זכי' אריינצוגיין צום רבין שליט"א לברך ולהתברך, וואו דער רבי  שליט"א האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות לשמירה ולהצלחה. אין די זעלבע צייט איז געוועהן צוגעגרייט די סעודת הילולא קדישא פאר כל הקהל הקודש אין די זאלן פון בית רחל, וואו עס האבן באשיינט אלע רבני ודייני העיר, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א.


איידער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד המשפיע הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראפאפארט שליט"א ראש ישיבת תפארת ישראל אין לאנדאן. קורצליך דערויף איז דער רבי ערשינען אינעם זאל און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן.


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג. דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מרא דאתרא הגאון הצדיק גאב"ד אנטווערפן שליט"א אויפצוטרעטן לכבוד די הילולא, מיט דברי זיכרון במשנתו פונעם גרויסן צדיק דער בעל ההילולא און בשבח פון די בארימטער פשעווארסקער כולל. ער האט מסיים געוועהן מיט א תפילה ובקשה אז דער רבי זצ"ל זאל זיין א מליץ יושר פאר זיינע קינדער און בפרט חתנו כבנו הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א לרפו"ש וואס איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.


נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארומגערעט איבער די גדלות בתורה פון זיין גרויסן פאטער די בעל ההילולא און וואו ער האט זיך אוועקגעגעבן און געלעבט פאר אנדערע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.


דאנערשטאג צופרי נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין פיטטע האלאנד צום בית החיים וואו עס ליגט באהאלטן די גרויסע בעל הילולא. די רבי האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים אין דערנאך מכבד געווען הנגיד החסיד רבי אליש ענגלענדער הי"ו פארצוזאגן קאפיטל ק"ז שבתהילים פסוק שבפסוק. דער רבי שליט"א האט געליינט די קוויטלעך און מרבה געווען בתפילה, דערנאך צוגעגאנגען צום ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע און פון אמו הרבנית ע"ה, און אנגעוואונטשן 'מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס'.
































Comments


bottom of page