top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע טעג ערווארט חסידי בעלזא אין לאנדאן הבירה מיט חשובן גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 ביוני 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס פרייד גרייטן זיך בעלזא חסידים אין לאנדאן מקבל פנים צו זיים דעם גרויסן גאסט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן קיין לאנדאן הבירה אויף א צוויי טאגיגן בליץ באזוך בשליחות הקודש, אריינצוברענגן א חיות דקדושה אין די ארטיגע איינוואוינער און צו אויפטרייבן סכומים הגונים לכבוד דעם מגבית השנתי פון מרכז מוסדות בעלזא, בפרט ווען מען גרייט זיך אצינד צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם "קרית הישיבות" אין שטאט בית שמש, וואו עס ווערט אויפגעבויט מיט פראכט א נעץ פון בנינים מפוארים פאר די בעלזע ישיבות.


למען הצלחת המגבית זענען שוין פון וואכן פריער אויסגעפלאנט געווארן - דורך די חשובע עסקנים - די אלע פרטים פונעם מגבית, כדי צו קענען דערגרייכן צו גרעסערע סכומים. דער פלאן לויטעט אז קודם וועלן פארקומען באזונדערע מסיבות אין אלע בעלזא שטיבלעך פון לאנדאן און פון די וועקסטקליף אומגעגנט, מיט א ווענדונג צום ציבור אז מען זאל זיך אנשליסן מיט ברייטהארציגע סכומים פארן קיום והצלחת המוסדות. און אויף קומענדיגן וואך זונטאג ראש חודש תמוז איז ערווארטעט דעם צענטראלן התוועדות און דינער בהשתתפות פון הונדעטער חסידי בעלזא אין לאנדאן אין שפיץ פונעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל.


אויפן רוף פון הרב מיכל פירער משב"ק כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז די וואך אפגעהאלטן געווארן א דרינגענד וויכטיגע אסיפה ווי עס האבן זיך משתתף געווען איבער הונדערט טעטיגע בעלזער עסקנים, דער גבאי ר' מיכל האט אדרעסירט דעם אסיפה דורכן טעלפאן דירעקט פונעם רבינס שטוב, לרגל דאס גרידונג פונעם מגבית וואס טראגט דעם נאמען "חוט המשולש" וואס וועט זיין געווידמעט פאר די בעלזא מוסדות בארץ הקודש.


ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page