top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סכומים אדירים אויפגעטריבן ביי עלעגאנטע מעמד 'שישים גיבורים' און סעודת שלישי למילה בחצה"ק סאדיגורה

דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


דעם מאנטאג נאכט נאך מעריב איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אריינגעקומען אין די פראכטפול באצירטע היכל הטישן וואס איז ספעציעל אויסגערישט געווארן לקראת די שמחת שלישי למילה פון די שמחת הברית לבן הנולד ביים רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט א אריסטאקראטישע מסיבה פאר נגידי עם.


די מסיבה איז איינע פון די ערשטע אין די סעריע פון אסיפות און מסיבות לקראת די קאמפיין צו אויספירן די גראנדיעזע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אויפצובויען א מאסיווע צענטער פאר בית רוז'ין סאדיגורה אין שטאט בני ברק.


צו די מסיבה זענען איינגעלאדענט געווארן אלע נגידי עם וואס האבן זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים אזוי אויך זענען געלאדענט געווארן אלע איינגעשטעלטע אין די ישיבות הקדושות פון חצה"ק סאדיגורה אין בני ברק.


ווען די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט די עולם זיך געהויבן מיט ניגוני שבח והודיה און שמחה, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה האט אויפגעטרויטן המקובל הרה"צ ר' נחום כהן שליט"א וואס האט אויפגעהייטערט די ציבור איבער די געוואלדיגע זכות צו שטיצן די אויפבוי פון אזא מקום תורה און תפילה וואס וועט ווייטער ציען די שולשילתא דדהבא פון די הייליגע מגיד און די הייליגער רוזשינער זי"ע.


דערנאך די בארימטע בעל מנגן ר' דוד קאליש מהנה געווען מיט רייכע פרקי חרוזין ספעציעל לכבוד די דערהויבענע מעמד.


די הויכפונקט איז געקומען ביי די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורהשליט"א, די רבי האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון די יום שלישי למילה וואס ווי עס שטייט איז עס אין א געוויסע זין נאך הכער אין מדרגה ווי די ברית אליינס, דערנאך האט די רבי שליט"א אויך ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע זכות צו שטיצן די נייע בנין וואס וועט געבויעט ווער בעז"ה.


די רבי האט געענדיגט מיט ברכת קדשו פאר אלע משתתפים, דערנאך, בעפאר ברכת המזון האט זיך די רבי אויפגעשטעלט פאר א ריקוד לכבוד די גרויסע שמחה און מיט דעם איז די גרויסע מעמד געקומען צום שלוס.


נאך די מעמד זענען די נדיבים בעם אריינגעגעאנגען אל הקודש פנימה מיט שטרי התחייבות פאר די גרויסארטיגע מרכז העולמי, וואו עס איז בלויז די נאכט אליין אריינגעקומען התחייבות פון ארום אכט מיליאן שקל אויפצובויען דעם גדול וקדוש לתפארת בית סאדיגורה.









































bottom of page