top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד יציקת היסודות פאר'ן נייעם בית המדרש הגדול טשערנאביל אין בארא פארק

מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: JDN

 

רירנדע און התרגשות'דיגע מאמענטען האבן זיך אפגעשפילט פארגאנגענע וואך ביים "מעמד יציקת היסודות" וועלכע איז אפגעראכטן געווארן אויפן שטח הבניה פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק טשערנאבל אין בארא פארק, אין ראם פון דעם מאסיווען פראיעקט אויפצובויען א נייעם הערליכן בית המדרש הגדול לשם ולתפארת. די מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א.


די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט וועלכע גייט אן אין פולן שוואונג, צעמענט טראקס און צענדליגער ארבייטער, בוי פירמעס און קאנטראקטער זענען אקטיוו אויפן שטח הבניה, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט און צופלייסן דעם גאלאפ. אין די יעצטיגע טעג ווען מען האט געגאסן די יסודות פון די מזרח וואנט פארן נייעם בית המדרש, איז לרגל דעם גרויסן דערגרייכונג פארגעקומען א געהויבענע מעמד יציקת היסודות אויף א באשיידענעם פארנעם, מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א.


דער מעמד יציקת היסודות איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג עקב העעל"ט ביום המסוגל חמשה עשר באב, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום שטח הבניה אין די מיטאג שעות אין באגלייטונג פון א געקליבענע צאל נאנטע מקורבים, בניו הרבנים הגאונים שליט"א, ראשי ועסקני קרן הבנין, און א צאל תומכים נכבדים. דער רבי שליט"א האט צום ערשט פארגעזאגט פרקי תהלים בהתעוררות רב, קאפיטל ס"ז למנצח בנגינות, און קאפיטעל ל' מזמור שיר חנוכת הבית. דערנאך האט דער רבי שליט"א מיט א געוואלדיגע התרגשות אריינגעלייגט שטיינער און מטבעות, און עטליכע שטיינער פון די היסטארישע בית המדרש פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאבל זי"ע אין די שטאט טשערנאביל אין אוקראינע, ווי אויך האט דער רבי אריינגעלייגט אלטע און היסטארישע מטבעות. דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בניו הרבנים הגאונים שליט"א צו גיסן צעמענט, און דערנאך אויך עטליכע נגידים ותומכים און אויך די חברי וועד קרן הבנין.


דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, דער רבי האט פארטיילט לעקאך פאר אלע אנוועזנדע, און מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה לויבענדיג דעם באשעפער אויף דעם פריידיגן מאמענט ווי מען האלט שוין יעצט בסייעתא דשמיא. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש, און געוואונטשן אז מען זאל שוין בקרוב זיך קענען ארייציען אינעם נייעם בית המדרש כלול בהדרו גאר אינגיכן.



Comentarios


bottom of page