top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טרויער נאך פלוצלינגדיגע פטירה פון הגאון רבי אשר סאלאווייציק ז"ל בן זקונים פון בריסקער ראש ישיבה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 1 במאי 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך אחרי - אסרו חג פסח • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

פילע תלמידי בית בריסק האבן נעכטן באגלייט למנוחת עולמים הרה"ג רבי אשר שלמה זלמן הלוי סאלאווייציק זצ"ל בן זקוניו פון הגאון האדיר רבי משולם דוד הלוי  סאלאווייציק  זצ"ל ראש ישיבת בריסק, וואס איז דעם ערב יו"ט פלוצלינג אוועקגעפאלן פון א סטראוק און האט נעכטן אסרו חג אויסגעהאכט זיין נשמה, במיטב שנותיו אין עלטער פון 54 יאהר.


די פלוצלינגדיגע פטירה פונעם גאון ר' אשר ז"ל רופט אויס גרויס טרויער צווישן תלמידי בית בריסק אומעטום און ידידי המשפחה המעטירה, זייענדיג א דולה ומשקה מתורת אביו די בריסקער ראש ישיבה, און איז אליינס געווען באקאנט מיט זיין הקפדות און דקדוק בהלכה, און איז כל ימי חייו געזעצן על התורה ועל העבודה אויף א געהויבענעם שטייגער.


זייענדיג אן אויסגערופענעם עילוי און בקיא עצום אין מסורת בית בריסק האט זיך זיין טאטע די בריסקער ראש ישיבה געטרויעט אויף דעם זוהן אין אלע עניני הכשרות און מעשרות און נאך פארשידענע האקעלע ענינים, אין די לעצטע יאהרן פלעגט ער אויך פארלערנען שיעורי תורה אין די בריסקער ישיבה, און איז געוען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע גאונות פשטות און הצנע לכת.


די לוי' איז ארויס נעכטן אסרו חג פון ישיבת בריסק אויף רח' גרוסברג אין ירושלים, צוליב צודש ניסן איז נישט געוועהן קיין הספדים, און נאך קארצע דברי פרידה דורך הגאון רבי יצחק זאב סאלאווייציק ראש ישיבת בריסק - א ברודער פונעם נפטר, איז די לויה ארויס צום הר המנוחות ווי ער איז געקומען לקבורה.


ער לאזט איבער נאך זיך זיין רעבעצין די אלמנה און א דור ישרים מבורך זרע ברך ה', זיין מאמע די רעבעצין תליט"א, זיין ברודער הגאון ר' יצחק זאב סאלאוויציק ראש ישיבת בריסק, זיין שוואגער הגאון רבי נחמיה קפלן ראש ישיבת שער התלמוד, און פילע תלמידים און באקאנטע וואס באוויינען די שריפה אשר שרף ה'.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות 


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page