מיטוואך נח • כ"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
גרויס התרגשות הערשט די טעג צווישן אידן מוקירי זכרו פון הייליגן חתם סופר זי"ע, ווען די וואך אין טאג פונעם הילולא קדישא פונעם חתם סופר איז פארגעקומען די מעמד הקמת מציבה על קברו פון זיין זון הרבני התורני רבי יוסף יוזפא זצ"ל הי"ד, וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן אויף א טראגישן אופן, און איז געקומען למנוחתו אין שיראוויץ, א ישוב אין סלאוואקיי, וואו מען האט אצינד אין טאג פון זיין 144'סטע יארצייט איבערגעלייגט די ארגינעלע מצבה על קברו במעמד פון א מנין אידן.
רבי יוסף יוזפא זצ"ל איז געווען דער דריטער און יונגסטער זון פון הייליגן חתם סופר זי"ע, און איז געבוירן געווארן ביום ט"ז תמוז שנת תקפ"ה וואס לפלא אז דער טאג פון זיין פטירה איז געווען גענוי מיט 55 יאר שּפעטער, אויך אין טאג פון ט"ז תמוז. רבי יוסף יוזפא איז אויך גאר הויך געשטיגן ווי די אנדערע קינדער פונעם חתם סופר זי"ע, אבער ביי א געלעגענהייט איז ער דורך א שווערע איבערלעבעניש, ווען ער איז מיסטעריעז געווען פארלוירן אויף א שטיק צייט, וואס דער חתם סופר זי"ע האט דאס תולה געווען צוליב וואס ער האט זיך באנוצט מיט קמיעות, און ער האט געהאלטן אז די חיצונים האבן זיך מתגרה געווען אין אים. אין יאהר תר''מ איז ער טראגיש אומגעקומען זייענדיג אויפ'ן וועג, ווען א גוי'שער רשע האט איהם ליידער בארבאריש אומגעברענגט, צוליב א חוב וואס דער גוי איז אים געווען שולדיג, און האט געוואלט זיך ארויסדרייען פון באצאלן. עטליכע טעג שּפעטער איז ר' יוסף יוזפא געקומען למנוחתו אויפ'ן ביה"ח אין שטאט שיראוויץ, נישט ווייט פון שטאט נייטרא אין סלאוואקיי.
אין די לעצטע יארן האט מען זיך אריינגעלייגט צו טרעפן די מקומות מנוחה פון אלע קינדער פון הייליגן חתם סופר זי"ע, און מען איז אנגעקומען צום נאמען פון רבי יוסף יוזפא וועלכער ליגט באהאלטן אינעם שטעטל שיראוויץ. עס איז דאן געווען א מיסטריעז און מען האט קודם זיך געמוטשעט צו טרעפן א שטעטל מיט דעם נאמען אין די גרויסע סלאוואקיי. אבער בחסדי שמים האט מען געטראפן דעם שטאט, און דערנאך דעם ביה"ח, וואס איז דאן נאך געווען ווילד-באוואקסן אן קיין צורה פון קיין ביה"ח. אין די לעצטע מינוט האט מען דאן פארמיטן פון א לאקאלע פירמע, אויפצוגראבן דעם ביה"ח, און עס נעמען פאר זיך.
אזוי האט מען ב"ה מצליח געווען אפצוראטעווען דעם ביה"ח, ווען א חשוב'ער ועד פון געטרייע עסקנים ארבעטן פלייסיג צו האלטן דעם ביה"ח בכבוד הראוי, ובפרט דעם מקום מנוחה פון רבי יוסף יוזפא, וואס מען האט אינצווישן מצליח געווען צו טרעפן. אצינד האט מען בס''ד צוריקגעשטעלט די ארגינעלע מצבה פון רבי יוסף יוזפא וואס מען האט מצליח געווען צוזאמצושטעלן פון די ארגינעלע שטיקלעך מצבה וואס מען האט געטראפן דארט דערנעבן, אצינד ביומא דהילולא קדישא פון זיין גרויסן פאטער איז געשטעלט געווארן א נייע מציבה על קברו כראוי וכיאות פאר אזא אדם גדול. ביים מעמד איז געהערט געווארן קורצע ווערטער דורך הרה"ג ר' שבתי שמואל ווייס שליט"א מווערבוי אן אייניקל פונעם חתם סופר וועלכע איז געוועהן שטארק בעובי הקורה אין דעם פראיעקט און זיך באדאנקט פאר משפ' הערצאג הנכבדה וועלכע האבן זוכה געוועהן צו נעמען א גרויס חלק צו שטעלן א שם ושארית פאר דעם אדם גדול.
Comentarios