top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

האד' מדושינסקיא ביים משתה היין ביום הפורים, וואו די רבי האט געבעטן פונעם פורים רב זיין זילבערנע שטעקן אין אנגעהויבן "פידל שפילן" כביכול לקול תרועת השמחה אויף די ניגון 'בך בטחו אבותינו'.


הרב מנחם קרויטווירט מנאמני בית כ"ק אדמו''ר ממכנובקא בעלזא שליט"א ביים איבערגעבן משלוח מנות פונעם רבי'ן שליט"א פאר ש"ב כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


האד' מבאבוב גייענדיג צום טרינק סעודה ביום הפורים, באגלייט מיטן פורים רב הרה"ג ר' משה קעסלער שליט"א.


ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א איבער "שוואנצנות" ביים מסיבת פורים.


הגה"צ רבי משה קאהן אב"ד תולדות אהרן לאנדאן האט 'קרישקעס' באמערקט שטייענדיג אויף די פארענטשעס ביים משתה היין טיש בחצר הקודש תולדות אהרן כאחד האדם צווישן די טויזענטער חסידים.


די באקאנטע משמח אלוקים ואנשים הרב יצחק שלמה דרעזנער אין הרב וועלוועל שמעלצער ביים משמח זיין ביים שושן פורים טיש בחצר הקודש בית שמואל צבי ספינקא אין וויליאמסבורג.


באשטעטיגונג פון ניו יארק סטעיט איבער די גרינדונג פון די נייע עטרת ווילעדזש אין קרית וויזניץ קייאמישע.


האד' מגור אנקומענדיג נעכטן נאכמיטאג למעון הנופש אין שטאט ערד ווי די רבי וועט וויילן אויף אפרוה די קומענדיגע צוויי וואכן.


דער זקן אדמו"רי בית רוז'ין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א ביי קריאת המגילה ביים ליינען די עשרת בני המן בנשימה אחת ‏כנהוג.


בנאות דשא • האד' מוויזניץ ווערט געזעהן אויף א שפאציר ברחובות גבעת שמואל נעבן בני ברק.


האדמו"ר מטאהש ביים דרייען מיט א גרויסן גראגער פורים ביים טיש משתה היין, כמנהג זקינו הסבא קדישא מטאהש זי"ע


האד' מדושינסקיא אויף א באזוך די וואך בבית העסקן הרה"ח ר' שמעון וועצלער אין אלעד לטובת די קמחא דפסחא וואס ווערט פארטיילט דורכן רבינס שטוב.


האברך בנש"ק הרב חיים שטיין משמש בקודש ביי האד' ממונקאטש אויפן טיש ביים פורים שפיל בחצר הקודש מונקאטש.


האד' מפינסק קארלין ביים ערהאלטן די משלוח מנות פון האד' מבעלזא ביום הפורים וואו די רבי האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו בדחילו ורחימו.


ביים מגילה ליינען ביום הפורים האט 'קרישקעס' באמערקט האדמו"ר מסקולען מלובש מיטן ירושה טלית פון זקינו הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זיע"א.


האדמו"ר מתולדות אהרן האט 'קרישקעס' באמערקט ביום הפורים עוסק זיין בתורה אויפן דאך פון בית המדרש הגדול ביים וואונטשן א אייניקל מיט א שמחת פורים.


דעם אלעמען באקאנטן ר' משה וואלף בער פעלדמאן ביים דערלאנגען די 'שיבוטא' פיש צום שולחן הטהור פון האד' מקראלי לכבוד שושן פורים.


הגה"צ אבד"ק קרית וויז'ניץ ביים שושן פורים טיש ביי האד' מקארלין סטאלין אין ירושלים.


האדמו"ר משומרי אמונים קרית גת מיט א שעפעלע וואס איז געברעגנט געווארן דורך איינע פון די חסידים צום טרינק סעודה, וואו די רבי האט געבעטן א תפילה מען זאל שוין דאס יאהר קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ירושלים.


מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא ביים אנגרייטן משלוח מנות בעצם יום הפורים.


א הערליכע פירות טאץ געשיקט דורך הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר לכבוד שמחת שבת שבע ברכות פונעם משמש בקודש הרב שמואל טייטלבוים.


האד' מסאדיגורה לאנדאן אין א ריקוד מיטן הויז בחור הבחור ביים משתה היין טיש.


האד' מבאבוב ביים טועם זיין פונעם מאכל 'נאָנט' כמנהג בית ראפשיץ ביום הפורים, ווערט געזעהן הגה"צ רבי איציקל רייך אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג.


הרב משולם זילבערמאן משב"ק צדיקי בית פשעווארסק ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מפשעווארסק אינעם יום המסוגל.


האד' מקרעטשניף אין א פייערדיגער ריקוד מיט בניו וחתניו הרבנים שליט"א ביים משתה היין דעם פורים.


הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם אב"ד צאנז ארה"ב אויף א באזוך דעם יו"ט פורים ביי האד' מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי.


הרה"צ רבי יוסף ברייער שליט"א בנו בכורו פון האד' מבאיאן ביים מסיבת פורים אין שטוב פון העסקן ר' חיים רבינוביץ מגדולי עסקני חצה"ק באיאן אין זיין שטוב אין ביתר.


"די רבי זאל געזונט זיין" • ביים משתה היין בחצר הקודש סאסוב.


האד' מראחוב אין א טאנץ מיטן גרויסן בארכע אריינקומענדיג צום משתה היין ליל פורים.


לקדש שם שמים • האד' ממבקשי אמונה ביים צוברעכן א סמארטפאון פון איינע פון די משתתפים ביים פורים טיש.


Commentaires


bottom of page