top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גיגאנטישער 'אייקיא' פעסטונג אין לאנדאן ארויסגעדינגען אלס אכסניא של תורה פאר מעמד אדיר קבלת פני רבותינו

מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

יהדות לאנדאן איז איינגעהילט אין א אומגעהוירע התרגשות, מען ציילט שוין די שעות צו מקבל פנים זיין את פני גדולי ומנהיגי הדור, כבוד מרנן ורבנן, גדולי התורה ומאורי החסידות וועלכע לאזן זיך ארויס אויף א היסטארישע "מסע הצלה" אויפצוטרייבן אסטראנאמישע סכומים פאר הצלת עולם התורה, ישיבות וכוללים אין ארץ ישראל.  שטייענדיג א קארגע וואך אפגערוקט פונעם היסטארישן באזוך איז היינט באשטעטיגט געווארן די ענדגילטיגע פלענער איבער די מעמד רבתי עם צו מקבל זיין פני מרנן ורבנן די גדולי ישראל פון ארץ הקודש, דעם קומענדיגן דינסטאג פ' מטות מסעי בבואם לחון את פני העיר.


נאך א רונדע זיצונגען דורך די גדולי העסקנים איז געלונגען צו ערהאלטן די ריזן 'אייקיא' קאמפלעקס צו קענען אקאמעדירן דעם ערווארטעטן פלייץ פון שווערע טויזנטער משתתפים וואס וועלן קומען מקבל פנים זיין די חשובע משלחת צו ארויסווייזן שעצע און שטיצע. די גיגאנטישער אייקיא פעסטונג ארגינעל געשטעלט אלץ א 'ווערהויז', איז נישט לאנג צוריק ארויס פון דינסט, און די עסקנים לייגן אריין איבערמידליכע כוחות, צו אויסליידיגן און איבערפרישן דאס פלאץ צו קענען אהערשטלן דעם שטח הענקי אז עס זאל זיין מוכן ומזומן אריינצונעמען אין זיך די שווערע טויזענטער משתתפים  און עס זאל זיין א מקום נאה ומתוקן.


דער גיגאנטישער פעסטונג געפינט זיך לאקאל צווישן די חרדישע סטעמפארד הילל און גאלדערס גרין געגנטער, באזונדער ווערט געמאלדן אז עס וועט בעז"ה זיין צוגעשטעלט טראספארטאציע צום מעמד פון אלע חרדישע געגענטער לענגאויס ענגלאנד, אריינגערעכנט לאנדאן, מאנטשעסטער, געיטסהעד, קענווי איילענד און וועסטקליף.



Comentarios


bottom of page