מוצ"ש פ' נשא א' - ז' סיון תשפ"ג | קול בחצרות
לקיים בנו חכמי ישראל
דעם ליל שבועות איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין שליט"א אפגעפירט געווארן צו די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק נאכן ליידן פון א לייכטע הארץ אטאקע. אין לויף פון די נאכט האבן די דאקטוירים באוויזן צו שטאביליזירן די מצב. יום טוב בייטאג האט די ראש ישיבה געדאוונט די תפילות און געגעסן די סעודה אין זיין צימער אין שפיטאל, אויפן באשלאס פון די דאקטוירים וועט די ראש ישיבה פארבלייבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציע אונטער די אויפזיכט פון די דאקטורים.
אין אלע היכלי התורה והישיבות אין בני ברק האט מען דורכאויס יו"ט געזאגט פרקי תהילים און מתפלל געווען לרפואתו השלימה פונעם ראש ישיבה מרן ירחמיאל גרשון בן מרים, והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.
Коментарі