top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוראת הקודש: חסידי תולדות אברהם יצחק וועלן ארויספארן ל"ג בעומר קיין מירון "עד שידם מגעת"

זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


דברים חוצבים מלהבות אש זענען געהערט געווארן דעם שבת דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קעגן די בייזוויליגע פלענער פון די ציוניסטישע רעגירונג וועלכע ווילן אפשפארן אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר.


דער רבי שליט"א וואס האט געוויילט אויף שבת בקרב חסידיו אין בית שמש האט ביים טיש פרייטאג צונאכטס געלאזט הערן גאר שארפע דיבורים און אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור "דאס איז א מלחמה פונעם סטרא אחרא קעגן די צד הקדושה, שוין פינעף יאר וואס די צינוים זוכן אלע ערליי סארט תירוצים אפצושפארן דעם הר הקודש אין מירון און מ'דארף לוחם זיין דערקעגן בכל התוקף".


דער רבי האט ערווענט, אז זעהנדיג פאריאר ווי טויזנטער אידן האבן זוכה געווען צו מתפלל זיין ביים ציון הרשב"י און זיך מיטפרייען ביומא דהילולא דיליה, אנדעם וואס מען זאל דארפן צוקומען צו די ציוניסטישע פאליציי, דעריבער פארגינען זיי נישט די ערליכע אידן און דאס איז גאר די סיבה פארוואס דאס יאר ווילן זיי פארשפארן מירון. דער רבי האט צוגעלייגט, אז אפילו זיי זאגן אז עס איז א סכנה, דארף מען וויסן אז כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק און בפרט וואס מ'זעהט אז די ראקעטן זענען למעשה קיינמאל נישט געפאלן אין מירון זעלבסט.


אין די זעלבע צייט זענען ארויסגעשטעלט געווארן מודעות אין אלע בתי מדרשים דחסידי תולדות אברהם יצחק ברחבי ארץ הקודש, אז עס וועלן זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן פירן דעם ציבור קיין אתרא קדישא מירון, צוגעלייגט מיט די ווערטער 'עד שידינו מגעת'. און פון דארט וועט מען פארן קיין הר יונה און מיטהאלטן די גרויסע מעמד הדלקה ביים רבי'ן שליט"א.

2 Comments


Guest
May 20

וואס מיינט "עד שידם מגעת" זיי גייען ארויפגיין צינדען א הדלקה ווי געהעריג?

אין די רבי וועט אויך גיין קיין מירון אדער ער וועט צינדען ווי געפלאנט אין הר נוף?

Like
Guest
May 20
Replying to

נראה ונחיה

Like
bottom of page