top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וימל"א משאלותינו: האד' מקארלין סטאלין וועט אפרייזן קיין "מאלינאוו" לרגל הילולת הבית אהרן זי"ע

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

גרויס התרגשות נעמט ארום חסידי קארלין סטאלין לקראת די הילולא קדישא י"ז סיון פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע, ווען דער ממשיך שולשתא קדישא כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט אונטערנעמען א מסע קודש פוקד צו זיין על ציון קדשו במקום מנוחת כבודו אין שטאט "מאלינאוו" אוקריינע.


דאס קומט נאך א הפסקה פון עטליכע יאר וואס מ'האט ליידער צוליב די וועלטס אומשטענדן נישט געהאט די מעגליכקייט אפצורעכטן די יארצייט און פוקד זיין דעם ציון המציונת פונעם בית אהרן אין מאלינאוו, א שטאט וואס געפינט זיך אין צענטער אוקריינע, וואו עס הערשט די אנגעצויגענע מצב מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און זייט תש"פ, די קאראנא יאר, און די נאכפאלגנדע פאר יאר פון מלחמת רוסלאנד אוקריינע, און דערנאך די שווערע מצב המלחמה אין ארץ ישראל, איז דרכי מאלינאוו אבילות מבלי באי מועד, אנדערש ווי אלע יארן ווען די שטאט האט געווירבלט מיט פילע פוקדים, ובפרט דער קארלין סטאלינער רבי וועלכער פלעגט אפט קומען צו פארן פראווען די הילולא אין מאלינאוו.


נאך אינטענסיווע באמיאונגען און העפטיגע שתדלנות איז טראץ אלע שוועריקייטן געלונגען פאר די עסקני החצר צו ארגאניזירן א גרויסארטיגע נסיעה קיין מאלינאוו לרגל די הילולא, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן מוצש"ק בהעלותך פון ארץ ישראל, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים מיט פאליצייאישע באגלייטונג און שטארקע זיכערהייט-וואך אויפ'ן וועג קיין מאלינאוו, און אפרעכטן זונטאג י"ז סיון די הילולא על אדמת הקודש אין מאלינאוו.


שוין אויף שבת וועט די שטאט מאלינאוו ווירבלען מיט א גרויסע קבוצה חסידי קארלין סטאלין וואס וועלן דארט פראווען דעם שבת לפני הילולא סמוך ונראה צום ציון הק', און צומארגנס זונטאג וועט מען זוכה זיין לקבל את פני הקודש און מעריך זיין די הילולא בצלו קדישא.


בראש קהל חסידיו וועט דער קארלין סטאלינער רבי שליט"א ארויפגיין פוקד זיין דעם ציון און מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים און דערנאך אפרעכטן די שלחן הטהור לכבוד די הילולא אינעם ארטיגן בנין המוסדות שע"י חסידי קארלין סטאלין.

Comments


bottom of page