top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשבתו עם בחורים: ערשטמאליגער מעמד אדיר אין וויליאמסבורג פאר בחורי סאטמאר ליל ל"ג בעומר

פרייטאג פ' בהר • ט"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מטעם חצר הקודש סאטמאר אין וויליאמסבורג איז געמאלדן געווארן אז דעם קומענדיגן מוצש"ק ליל ל"ג בעומר וועט פארקומען אויף אן ערשטמאליגן פארנעם א מעמד גדול ונשגב לכבוד ל"ג בעומר, ספעציעל מיוחד פאר'ן לגיון אדיר פון די טויזנטער בחורי חמד פון אלע ישיבות און אפטיילונגען אינערהאלב די פארצווייגטע ישיבות אימפעריע פון סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק, כולם נקבצו באו צו פראווען הילולת רשב"י אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, בראשות דעם מנהיג העדה רועה עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א


דער מעמד מרומם וועט פארקומען אין די ריזן "עידן פעלעס" זאלן אין שטאט וויליאמסבורג, וואס ווערט אויסגעשטעלט אויף א ספעציעלן אויסשטעל צו קענען פלאצירט די טויזנטער בחורים. דער מעמד אנטשפרעכט צו זיין א חטיבה אחת פון שעות של תענוג רוחני, וואו מ'וועט אויפגעפלאמט ווערן מיט די דברות קודש און דרשות נלהבות בענינא דיומא און אפרעכטן די פייערליכע טענץ לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.



Comments


bottom of page