top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק באשיינט חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי תוא"י אין בית שמש

דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע איז צוגאסט די טעג אין בית שמש לכבוד די חתונה פון א אייניקל האט די וואך מאנטאג באשיינט די חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק אין די נחלה ומנוחה געגענט אין שטאט, די ספר תורה איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל בנימין ראזענבלאט, מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק אין בית שמש.


צוליב דעם וואס דער נדבן הספר תורה וואוינט אויף א העכערע שטאק, אין א בנין אן קיין עלעוועיטאר, האט מען אראפגעברענגט א גרויסער קרעין, מיט וואס די רבי איז ארויפגעפארן צום כתיבת האותיות בביתו פונעם נדבן. די רבי שליט"א האט באגלייט די תהלוכת הספר אין דערנאך אפגעראכטן די הקפת אין ביהמ"ד אין פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות.


























bottom of page