top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער ביי מעמד ריתחא דאורייתא והקבלת פני רבו לכבודו פון מנהיג עולם תורה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי יום טוב פסח • כ"א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


אן ערהאבן בילד האט זיך אנטפלעקט דעם זונטאג חול המועד פסח ביים מעמד ריתחא דאורייתא און הקבלת פני רבו ברגל אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א מנהיג עולם התורה, וואס איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק וועלכע האבן צוגעשטעלט די אכסניא של תורה בעין יפה.


שוין א לענגערע צייט בעפאר די מעמד איז דער ביהמ"ד געווען מלא וגדוש מיט הונדערטער משתתפים, אידן פון אלע קרייזן וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל וואס איז געווען איינגערישט מיט הונדערטער זיץ פלעצער און הויך שטאקיגע פארענטשעס, בשעת דער בעל מנגן ר' אהרלע סאמעט האט מהנה געווען בשירה וזמרה מיט ניגוני יום טוב פסח.


דער צענטראלער טייל פונעם מעמד ריתחא דאורייתא איז פארגעקומען אין א זייטיגע זאל און איז מיטגעהאלטן געווארן לעבעדיג דורך א הוקאפ אינעם ביהמ"ד הגדול וואו דער פילקעפיגער ציבור האט מיט דורשט געשלינגען די דברי פלפול בריתחא דאורייתא, און עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן וואו די ראשי הישיבות, גאונים מופלגים און גדולי ישראל זענען געזעצן ארום דעם טיש און זיך מפלפל געווען בחדוותא דשמעתתא.


דער ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א איז אנגעפרעגט געווארן פארשידענע שאלות בעניני חג הפסח דורך די גאוני תורה און געלאזט הערן גאונישע סברות און הערות, בשעת ער פירט א תורהדיגע דין ודברים מיט די פילע רבנים. צווישן די אנגעזענע חסידישע רבנים ארום דעם טיש האבן זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד חבר בד"ץ מחזיקי הדת, כ"ק אדמו"ר מדזיקוב גבעת זאב שליט"א, און הגה"צ רבי יצחק דוד אלתר ראש כולל גור אין בני ברק.

די חדוותא דאורייתא האט אנגעהאלטן פאר אריבער אנדערטהאלבן שעה און דער קול תורה האט אפגעהיליכט מיט א געוואלדיגע חיות. ביים ענדע האט דער ראש ישיבה אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער זיצן און לערנען מיט א רואיגקייט און מנוחת הנפש אן קיין שום שטערונג.

 

נאך א קורצע הפסקה איז דער ראש הישיבה ערשינען אינעם גרויסן ביהמ"ד לקול תרועת הזמר צום צענטראלן מעמד הקבלת פני רבו און שמחת החג. געציילטע רגעים בעפאר דער ראש הישיבה איז ערשינען, איז דער בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און ווען דער ראש הישיבה איז ערשינען, האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און איז אים אקעגן געגאנגען מיט גרויס כבוד.

די פילצאליגע בני תורה, זקנים עם נערים, האבן אויסגעבראכן אין א פייערליכן געזאנג בשעת זיי טאנצן מיט שמחה לכבודו הרמה פונעם ראש הישיבה און די גדולי תורה פון ארום.


צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגאון רבי מנחם מענדל לובין שליט"א, רב שכונת רמת אהרן, וועלכע האט ארויסגעברענגט דער ענין פון הקבלת פני רבו ברגל מפי ספרים וסופרים. נאכדעם האט דער ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א משמיע געווען דברי חיזוק, צום ערשט מיט דברי דרוש ופלפול בהלכה און דערנאך ווארעמע דברי חיזוק איבער דעם חשיבות פון לימוד התורה.

צוליב דעם שעת מלחמה אין ארץ ישראל האט מען געזאגט א פרק תהילים, און דערנאך האט מען געזונגען ניגוני התעוררות נאכגעפאלגט אין פייערליכע ריקודין לרגל שמחת יום טוב. דער געהויבענער מעמד איז געשלאסן געווארן ווען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א און די גאנצע ציבור האבן ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה מיט גרויס הערצה.



תגובות


bottom of page