דינסטאג פ' ויצא • ב' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פייערליכע התרגשות ווערט אויפגענומען די ברעכנדע דראַמאַטישע בשורה, איבער די היסטאָרישע "מסע חינוך הטהור", פון די הונדערטער מוסרי הגוף והנפש, מנהלי המוסדות על טהרת הקודש פון איבער ארצינו הקדושה, וועלכע וועלן אי"ה אַרויסקומען מהתם להכא, צום עצרת כבוד שמים "כינוס חסידי סאַטמאַר" במקהלות רבבות ביום כ"א כסלו אין גיגאַנטישער בּאַרקלעיס סענטער, ווען מ'טוט אָפּצייכענען בגבורות שמונים שנה, ווען מרן הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע איז ניצול געוואָרן מאפילה לאור גדול אין יענעם לילה כיום יאיר.
די היסטאָרישע "מסע חינוך הטהור" קומט צושטאַנד אויפ'ן דירעקטן פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, מגן חינוך הטהור, וועלכער האָט אַריינגערופן די עסקנים און איבערגעגעבן דעת קדשו הברורה, אַז אין אַזאַ זמן ווען רבוא רבבות תלמידיו ותלמידי תלמידיו קומען זיך צונויף לחזור ולשנן ירושת הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע, דארף מען אַריינבאַקן אין דעם דור אשר לא ידע את יוסף, דאָס וואָס דער הייליגער סאטמארער רב האָט זיך מוסר נפש געווען דורכאויס זיינע הייליגע יאָרן. צו שטיין פעלזן פעסט, אַז די חינוך אין ארצינו הקדושה זאל בלייבן ערליך און ריין, און די הייליגע מוסדות זאָלן האָבן די פולסטע שטיצע פון די אחים לדעה, סאטמארער חסידים אין אמעריקא. מ'וועט צו דעם צוועק אַרויסברענגען די בעלי מסירות נפש וואָס פירן אָן מיט די מוסדות הקדושים מיט בלוט און שווייס לקיים את הילד הזה.
ביום כ"א כסליו תשפ"ה וועט זיך איבערשפּילן דאָס וואָס די עלטערע דור האָבן מיטגעלעבט ביים היסטאָרישן התייסדות פון "קרן הצלה"! עס וועט ווערן גענומען צו אַ שטאַפּל ווייטער, ווען עס וועט פּאַסירן אַ שטוינענדע מהפּיכה בקרב קהלה קדושה סאַטמאַר; צו פאַרשטיין דאָס וואס עס מיינט אַ סאַטמאַרער תלמיד! צו אַנערקענען די אומגלויבליכע מסירות נפש וואָס די מקדשי השם גייען אַריבער טאג טעגליך!
דאס וועט בעז"ה אויפלאמען און אויפשטורעמען גאנץ סאטמאר! גדולים עם הקטנים, זקנים עם נערים! צו מחזק זיין די מוסרי הנפש בגוף ובממון! דערלאנגען די מאכטפולסטע חיזוק ועידוד אין זייער הייליגן קאמף, און צו דעם צו מרומם זיין קרן חינוך הטהור לרום מעלה! להוקיר פעלם ביתר שאת ועוז למען קיום היהדות בארץ הקודש!
די מנהלי המוסדות וועלן בעז"ה אנקומען אין די טעג בעפאָר כ"א כסלו. לכבודם הרמה וועט ווערן אפגעראכטן פייערליכע מעמדי קבלת פנים אין אלע צענטראלע שטעט איבער ניו יארק, וואו טויזנטער פון די בני יהדות החרדית, וועלן ארויסקומען לחוצות העיר אפצוגעבן חיזוק למקדשי השם. מ'וועט הערן פייערדיגע דרשות און עדות נאמנה דורך די מקדשי השם, צו מיטלעבן די אומבאגרייפליכע מסירות נפש וואס זיי גייען אריבער, און אריינבאקן אין די הערצער דאס וואס ס'איז געשטאנען על לוח לבו הטהור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
יהדות סאטמאר איז איינגעהילט אין פייערליכע התרגשות! הבו גודל למקדשי השם!
די פּונקטליכע דעטאלן ארום דעם היסטארישן "מסע חינוך הטהור" וועט בעז"ה אויפגעוויקלט ווערן אין די קומענדיגע טעג.
פשיהא..