top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תנו כבוד לתומכי תורה: 1,800 תומכי הכוללים דחסידי בעלזא וועלן מיטלעבן כינוס אדיר "כבוד התורה"‎

דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גייסטרייכע שפאנונג רישן זיך תומכי ואוהדי תורה חסידי בעלזא צום גייסטרייכן מעמד "כבוד התורה" וואס ווערט אפגעראכטן דורך מרכז מוסדות בעלזא אלס אות הוקרה והכרת הטוב פאר די 1,800 'כולל אידן', נדיבים בעם וועלכע האבן אין א גרויסע אונטערנעמונג דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, זיך אנגעשלאסן צו זיין א תומך און באצאלן די חודש'ליכע געהאלט פון א כולל יונגערמאן אינעם כוללים נעץ פון חסידי בעלזא ברחבי ארה"ק.


דער ספעציעלער פראיעקט איז פאראויסגעלאפן מיט העפטיגע שוואונג דורכאויס די לעצטערע וואכן, ווען נאך און נאך מוקירי תורה שליסן זיך אן און העלפן פארמירן דעם גרויסן ציל פון דערגרייכן 1,800 כולל אידן, וואס דאס איז דער צאל פון לומדי כוללי בעלזא ברחבי ארה"ק, אנגעהויבן מיט'ן צענטראלן כולל אינעם ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים, וואס האט זיך די לעצטערע יארן פארוואנדלט אלס איינע פון די גרעסטע תורה פעסטונגען אין ארץ ישראל, ווען אלע שטאקן פונעם בנין, פון די אונטערשטע קומות ביז'ן העכסטן שטאק, ווירבלט מיט נאנט צו טויזנט עמלי תורה דורכאויס די מערערע כולל אפטיילונגען, און דערנאך די אנדערע הערליכע בעלזע כוללים איבער'ן לאנד, בני ברק, אשדוד, בית שמש, חיפה, גבעת זאב, גליל, קרית גת, תל אביב, און נאך.


דער קאמפיין האט מצליח געווען העכער אלע ערווארטונגען, אנקומענדיג צום ציל שנעלער ווי געראכטן, ווי ס'איז פאסיג געזען געווארן ביים שולחן הטהור ביום הפורים, ווען טויזנטער חלות זענען ארויפגעטראגן געווארן צום רב אויפ'ן טיש, אין א פאכמאנישע אויסשטעל פונעם מספר אכצן הונדערט, און דער רב האט דערביי גאר ווארעם געוואונטשן מיט זעלטענע הייליגע ברכות פאר די עמלי תורה, אז זיי וועלן זוכה זיין צו "גוטע קינדער וואס זיצן און לערנען".


דער מעמד נשגב "כבוד התורה" וועט פארגעקומען אויף א פראכטפולן פארנעם אין די בניני האומה אין ירושלים, וואו עס איז ערווארטעט אן אינהאלטסרייכער פראגראם פון דרשות און פרקי שירה וזמרה, ווען אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין צו הערן דעם משא המעמד דורך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פונעם רב שליט"א לכבוד התורה ותומכי'.


גדול יהיה כבוד המעמד הזה






Commenti


bottom of page