top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע חגיגה לרגל סיום מס' גיטין אין ראם פון חבורת יסודי התורה געפראוועט אין ק"ק סאטמאר מאנסי‎

מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין ק"ק סאטמאר מאנסי איז פארגאנגענעם מוצאי שבת (שמיני) געפייערט געווארן די סיום מסכת סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה, אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די מאורע. עס האט אויפגעטראטן מיט דרשות דער רב הקהילה הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד''ק סאטמאר מאנסי, און הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות הסיום און האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א צו מאכן די סיום.


דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. נאך די ריקודין לכבודה של תורה האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש בשבח פון חבורת יסודי התורה און ארויסגעברענגט דעם קשר און חביבות צו די קהילה הק' אין מאנסי און מסיים געווען בברכת קדשו לרוב פאר אלע מסיימים און דעם גאנצן ציבור.
































Comments


bottom of page