top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא ארויסגעקומען צום לוי' פון א קינד ל"ע טראגיש אומגעקומען אין באס עקסידענט

דינסטאג פ' יתרו • כ' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מאנטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויסגעקומען צו די לוי' פון הילד מרדכי פנחס שפיצער ע"ה א זוהן פון להבלחט"א הר"ר יעקב יוסף שפיצער הי"ו מנהל פון די מיידל שולע אין שיכון סקווירא, אין יושב ראש במצע 'קדשינו' דחסידי סקווירא, וועלכע איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין עלטער פון בלויז צען נאכן ווערן אראפגעקלאפט דורך א באס אויפן וועג אהיים פון חדר נעכטן מאנטאג נאכמיטאג.


די לוי' איז פארגעקומען ביים ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא אין איז דורך פארנט פון ביתו נאוה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, ווי די רבי האט זיך משתתף געווען ביים לוי' אינאיינעם מיט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים, אין הונדערטער חסידים ותושבי שיכון סקווירא, די רבי האט מלווה געווען די מיטה אויפן וועג צום בית החיים אין שטעטל.


נאכן לוי' האט די רבי שליט''א געזעגענט די חסידים מיט קוויטלעך לכבוד די שמחה אינעם הויף, אין שפעטער באנאכט איז די רבי ערשינען צום סעודת החתן מאל פונעם ערשטן איר אייניקל אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא.




bottom of page