top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע ערשיינונג אין בעלזא - ווייסע פאן בשעת תפילות און טישן בצל הקודש

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

תושבי קרית בעלזא, טון זיך אין די טעג באקענען מיט א נייע ערשיינונג, ווען עס ווערט ארויפגעצויגן א 'ווייסע פאן' אינמיטן שטעטל, אלס א סימן ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א קומט אריין צו די תפילות און טישן שבתים וימים טובים.


ביז היינט, זענען בעלזא חסידים געווען צוגעוואוינט צו ערהאלטן א קלינג אויפן טעלעפאן וועלכע האט איינגעמאלדן ווען דער רב שליט"א איז אריינגעקומען צום דאווענען אדער צום טיש. אצינד איז איינע פון די עסקנים ר' ישראל אביגדור פריעד הי"ו אויפגעקומען מיט א געניאלע געדאנק, וואוינענדיג אין צענטער פון קרית בעלזא, הייבט ער אויף א גרויסן ווייסע פאן אויפן טעראסע פון זיין שטוב, און דאס דינט אלס צייכן פאר די תושבי הקריה, אז דער רב איז ערשינען צום דאווענען אדער צום טיש. 


דעם שבת האט מען זיך צום ערשטן מאל באנוצט מיט די נייע פאטענט, לשמחת לב חסידי בעלזא און איינוואוינער פון קרית בעלזא והסביבה.

תגובות


bottom of page