top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו"ר מסאטמאר טרעט אויף ביי "אסיפת אלף מחנכות" פון מוסדות קרית יואל

דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג וארא אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן ערשטמאליגער צאמקום פאר אלע חשוב'ע מחנכות פון "בית רחל קרית יואל", וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט צו הערן די יסודות'דיגע הדרכות פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א אנבאלאנגט זייער עבודת הקודש, האבנדיג די זכי' צו ערציען אונזערע טעכטער בדרך ישראל סבא, אויפ'ן וועג ווי מרן רביה"ק זי"ע האט אראפגעשטעלט און געלערנט.


אנהייב פונעם אסיפה האט אויפגעטרעטן דער מנהל בית רחל הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו וועלכער האט איינגעלייטעט דעם מעמד, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש דברי חיזוק והדרכה קרוב צו א שעה צייט, פאר די כמעט 1000 מחנכות און לערערינס בליעה"ר, אידיש און ענגליש, צו שעצן די זכי' פונעם עבודת הקודש, זיך אליינס ארויפקוקן אלס וצניעות הייליגע מוסטער פון קדושה, און ווי זי דארף צו זיין א דוגמה פאר די תלמידות וויאזוי זיך אויפצופירן מיט מדות טובות און מיט צניעות, און מאציל געווען מברכות קדשו.




























Comments


bottom of page