דאנערשטאג פ' מקץ • ב' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם
ווי יאהר יערליך האבן זיך די הונדערטער קינדער תינוקות של בית רבן תלמידי התלמוד תורה דחסידי וויזניץ פון איבער גאנץ ארץ ישראל צונויפגענומען אויף די יערליכע מסיבת חנוכה אין ביהמ''ד הגדול בית וויז'ניץ אין בני ברק.
צום ערשט האבן די קינדער געדאווענט א ווארימע תפילת שחרית במחיצת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין גרויסן ביהמ''ד, ווי די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל.
נאכן דאווענען איז די רבי שליט"א ערשינען אין בית מדרש ווען דערביי האבן די קינדער מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה ברוב רגש, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די קינדער אין נאך די ווארעמע דברות קודש האט מען ממשיך געווען מיט פריילעכע ניגונים, און דערנאך זענען די מלמדים דורך ביים רבי'ן שליט"א באקומען חנוכה געלט פאר די קינדער.
אויפדערנאכט נאכן מעמד הדלקת הנירות זענען אריין אל הקודש פנימה די הונדערטער יתומים וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ארגון בנינו בהנהלת העסקן ר' יעקב אליעזר שישא, די רבי שליט''א האט גאר שטארק מחזק געוועהן די יתומים אין פארטיילט חנוכה געלט פאר די קינדער אין בחורים.
Kommentare