לעצטע הכנות אין קערעסטיר צום הילולא קדישא פון מופת הדור הרה״ק רבי ישעי׳לע קערעסטירער זי״ע דעם מאנטאג ג' אייר
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א וועלטס-צוזאמענפאר ווי נאך קיינמאל בעפאר איז ערווארטעט היי-יאר צו די הילולא קדישא פונעם קדוש עליון, דער פועל ישועות ומופת הדור, הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג ג' אייר, דער טאג וואס איז איינגעקריצט אין כלל ישראל׳ס קאלענדאר ברגש קודש, וואס עיני כל בית ישראל נשואות אליו.
די ראשי העיר קערעסטיר, די געהויבענע אייניקלעך פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע — וואס דער הייליגער ציון און דאס הייליג הויז ובית מדרשו של צדיק אלעס געפינט זיך אונטער זייער בעלות, גרייטן זיי זיך היי יאר צו אנטפאנגען רעקארד-ציפערן, וואס קערעסטיר האט נאכנישט מיטגעלעבט.
די געטרייע אייניקלעך פונעם צדיק, זענען העפטיג אריינגעטון אין די הייליגע ארבעט יומם ולילה צו מסדר זיין די דעטאלן וואס פאדערן זיך אויפצונעמען די מקהלות רבבות אלפי ישראל, אויף די הילולא קדישא. פרישע תיקונים און פארבעסערונגען ווערן איינגעפעדימט ביים ציון הקדוש וואו ס׳ווערט אויפגעשטעלט מאסיווע ריזיגע "שאטערס", כדי ס׳זאל זיין מעגליך פאר די אלפים ורבבות צו קענען מתפלל זיין און צינדן ליכט און זיך אויסבעטן אין די טעג ארום די הילולא קדישא.
אלעס וועט זיין אויסגעשטאט אויפן שענסטן פארנעם צו ערמעגליכן אידן צו קענען מתפלל זיין מתוך הרחבת הדעת. די עסקנים פארזיכערן אז יעדער איינער וועט אי״ה קענען אנקומען צום ציון הקדוש מיט א רואיגקייט במשך אלע טעג ארום די הילולא קדישא.
גלייכצייטיג טוט מען אהערשטעלן דעם תל תלפיות, 'ביתו נאוה קודש', דער הייליגער הויז פון רבי ישעי׳לע זי״ע, מיט מאסיווע איינריכטונגען צו קענען אויפנעמען די צענדליגער טויזנטער געסט וועלכע ווילן קומען מתפלל זיין אין דעם מקום קדוש והמסוגל יומא דהילולא קדישא, און גלייכצייטיג זיך זעטיגן לשובע ולא לרזון אינעם זעלבן הויז וואו דער גרויסער צדיק דער בעל ההילולא איז געשטאנען און געטיילט עסן פאר אידן, און מיט דעם כח משפיע געווען אויף כלל ישראל הייליגע ליכטיגע השפעות.
די געטרייע קעכערס ,מיט די משגיחים, ארבעטן שוין רונדע דעם זייגער, האנט ביי האנט מיט די ראשי העסקנים וועלכע געפינען זיך שוין אין שטאט זינט ממחרת חג הפסח אנצופירן מיט די הכנות צום גרויסן יארצייט און פאר די טעג מלפניו ומלאחריו, צו קענען צושטעלן די "צענדליגער טויזנטער" פארציעס במלוא מובן המלה.
דער צענטראלער סעודת ההילולא וועט פארקומען בליל ההילולא זונטאג נאכט פרשת תזריע טהרה, אינעם גיגאנטישן שאטער, וואו א ברייטע סעודה וועט זיין צוגעגרייט בהרחבה גדולה לכבודו של יום, און מ'וועט הערן הערליכע סיפורי קודש און דרשות מפי הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
אין די זעלבע צייט ווערט דער נאסטאלגישער הייליג מקום, וואו עס איז געשטאנען דער תל תלפיות בית מדרשו של רבי, פארענדיגט אלס א בית המדרש לתורה ותפלה, גענוי לויטן אויסזען און אקוראט אויף די זעלבע יסודות הקדושות וואו עס איז געשטאנען בחיים חיותו.
די בוי ארבעט האט געמאכט מאסיווע פראגרעס אין די לעצטערע חדשים, מיטן גענצליך פארענדיגן דעם גאנצן סטרוקטור און גיסן דעם גג ההיכל.
דער נייער בנין ווערט צוגערישט מיט פילע ספרי קודש אלס "היכל התורה", צו קענען עוסק זיין בתורת ה' לפני ולפנים בהאי מקום דקא גרים, מיטן רישומא קדישא פונעם הייליגן צדיק'ס עבודת הקודש, ספעציעלע גמרות וועלן צוגעשטעלט ווערן מיט אלע "דפי החבורות" פון די גרעסערע קהלות קדושות בישראל, אין די טעג ארום די ימי ההילולא.

























תגובות