top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ ירושלים שארף ארויסגעטרעטן קעגן די וואס זענען מחזק סאלדאטן

דינסטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


גאר שארפע דברות קודש איז געהערט געווארן דעם שבת קודש בעת רעוא דרעוין דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, זייענדיג צוגאסט בפלטרין של מלך אין עיר הקודש ירושלים בהיכל בית מדרשו אויף רחוב אדוניהו הכהן, וואו דער רבי האט גאר שארף ארויסגעטרעטן קעגן די וואס גייען באזוכן סאלדאטן און זענען זיי מחזק, אין די צייט וואס מען טוט בכלל נישט קיין מצוה דערמיט.


דער רבי האט ערווענט אז עס איז בכלל נישט אזוי זיכער אז די וואס זענען אומגעברענגט געווארן שמחת תורה דורך די טעראריסטן קענען ווערן אנגערופן קדושים, און צו גיין מחזק זיין די וואס גייען אין מלחמה קעגן דעת תורה הברורה, איז נישט קיין ריכטיגע זאך, אזוי אויך די וואס שיקן ציצית און תשמישי קדושה זענען בכלל נישט מקיים קיין מצוה דערמיט, און אז מ'זוכט עכט מקיים צו זיין מצוות זאל מען גיין באזוכן היימישע אידן אין די שפיטעלער און זיי מחזק זיין בדברי תורה ונחמה.

Comentarios


bottom of page