top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחודש שמרבין בו שמחה: הערליכע שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק

  • 18 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

בשמחה וגילה האבן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעלעבט די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש, פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאקאווא בני ברק זצ"ל, מיט'ן חתן המופלג זון פון הרה"ג רבי פנחס אליהו וויינבערגער ז"ל, זון פון יבדלחט"א הגה"צ רבי הלל וויינבערגער אבד"ק סערדאהעלי ודומ"ץ נייטרא מאנט קיסקא, און בנו חורגו פון הרה"ג ר' ברוך יקותיאל טייטלבוים שליט"א פון מאנסי, איידעם פון הגה"צ רבי שלמה יעקב יאזאפאוויטש אבד"ק אהל תורה פון מאנסי.


ווי ברייט באריכטעט איז די שמחה געווען געפלאנט אפצוהאלטן ווערן אינעם שטאטישן אודיטאריום אין ביתר, אבער צוליב דעם שווערן מלחמה מצב אין ארץ ישראל וואס האט צוגעפירט א שליסונג אויף אלע זאלן אין לאנד האבן די עסקנים באוויזן אריבערצופירן די שמחה צום אונטערערדישן ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט צוגעשטעלט דאס פלאץ בעין טובה וברוח נדיבה.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן מיטן געהויבענעם קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין מאה שערים, וואו דער בדחן ר' ישראל שעכטער הי"ו האט מעורר געווען די הערצער מיט ווארעמע גראמען. בראש המסובים האבן זיך אנגעזעהן די פעטערס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמו"ר ממבקשי אמונה און ראש ישיבת תולדות אהרן, און האדמורי"ם  משומרי אמונים ירושלים, סטראפקוב, און שאץ ירושלים.


ביים מעמד החופה אויף די ירושלימע געסלעך איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער פון חתן הרה"ג ר' דוד יצחק וויינבערגער זון פון הגה"צ אב"ד סערדאהעלי, ברכות ראשונות דער זיידע הגה"צ אב"ד אוהל תורה מאנסי, און ברכה אחריתא דער עלטער פעטער כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


נאכן חופה זענען די המוני החסידים אריבערגעפארן קיין גבעת זאב צום גרויסן היכל ביהמ"ד קארלין סטאלין, וואו עס געווען צוגעגרייט די סעודה ברוב פאר והדר ביד רחבה.


מיט א באזונדערע פרייד האט מען אויפגענומען דער בעל האכסניא, כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און אינאיינעם ערשינען אין ביהמ"ד לקול תרועת הזמר, דער רבי שליט"א האט לאנג ארומגעשמועסט מיט'ן קארלין סטאלינער רבי'ן און אים ווארעם באדאנקט פאר זיין אויסערגעווענליכע הכנסת אורחים.


ביים סעודת החתונה האבן זיך אנגעזען די פעטערס גאב"ד מאקאווא, האדמו"ר מזוטשקא אמסנא, גאב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד מאקאווא בני ברק, הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, האדמו"ר מדעעש ירושלים, אב"ד מאור חיים ירושלים, אב"ד צאנז ארה"ב, אב"ד סטראפקוב, און גאב"ד חרדים.


מיטן בענטשן און שבע ברכות זענען מכובד געווארן די חשוב'ע קרובי המשפחה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א.


דערנאך האט דער בדחן הרב מענדל יאקאב הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצווה טאנץ, מיט אן אש קודש האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים. דער רבי איז פארבליבן צו די מצווה טענץ פון די חשובע זיידעס און מחותנים, די פעטערס לבית מאקאווא, און חתן וכלה.



תגובות


bottom of page