top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ששון זו מילה: שמחת הברית פון אור אייניקל ביי האד' מסאטמאר

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תשא • י"ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל איז פאריגע וואך פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בן הנולד ביי נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א זון פון הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א מאלעסק ורב דביהמ"ד אבני צדק וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה יהושע נאך די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל, שטייענדיג סמוך ונראה צום הילולא קדישא כ' אדר.


נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די חשוב'ע זיידעס. און דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית אין די פאליש פון ביהמ"ד. ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק אבני צדק שליט"א און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.


נאכן סעודה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חתנו הגה"צ אבד"ק אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות כנהוג.



תגובות


bottom of page