top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מְגוּרֵי אָבִיו: היסטארישע נסיעה דורך גור'ע "ש"ס יונגעלייט" צו עיר האבות גור

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


אין אן זעלטענע ערשיינונג ווערט היינט געלאזט אין גאנג א היסטארישע נסיעה דורך א קבוצה פון אריבער 100 תלמידי חכמים "ש"ס יונגעלייט" פון קהלה קדושה גור, אפצורעכטן א שבת רוממה אינעם עיר האבות גור, פוילן.


די יונגעלייט זענען אנגעשלאסן אין די בארימטע תורה-רעוואלוציע "מזומנים" אין גור, וואס איז געשטעלט אויף התמדת התורה וחזרה און קונה זיין טויזנטער בלעטער גמרא כמונח בקופסא, און יעצט ווען אריבער 100 אברכים מציונים האבן זיך געלאזט פארהערן בעל פה אויף אריבער 1,000 בלאט גמרא, ווערן זיי באקרוינט באות הוקרה מיט די זעלטענע נסיעה קיין גור, אין שפיץ פונעם הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער שטייט אין שפיץ פון די 'תורתו' רעוואלוציע.


איידער'ן ארויספארן זענען די יונגעלייט אריין אל הקודש פנימה ביים מייסד ונשיא ארגון 'תורתו', כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער האט ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע חביבות פאר די תלמידי חכמים און זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים פון די נסיעה, די רבי האט געבעטן פון די משתתפי הנסיעה אריינצוגיין צום אהל הק' פונעם אמרי אמת זי"ע אין ירושלים איידערן זיך ארויסלאזן אין וועג, און דערנאך געטיילט א טייערע פלאש וויין פאר אלע יונגעלייט און מאציל געווען ברכת קדשו.


די נסיעה לאזט זיך היינט ארויס קיין פוילן, ווען אינעם הויכפונקט וועט געפראוועט ווערן דער שבת נועם הנשמות אינעם וויגעלע-שטאט פון די הייליגע גור'ע דינאסטיע, וואו עס וועט ווירקליך נתקיים ווערן דער התורה מחזרת על אכסניא שלה, ווען אזא קבוצה נכבדה פון תלמידי חכמים מופלגים קערן זיך צוריק צו די עיר ואם בישראל וואס האט פארצייטנס געווירבלט מיט גאונים ועילוים און איז געווען דער פנת יקרת וואו די הייליגע גור'ע רביים מדור דור האבן פארשיינט תבל ומלואה.


פרייטאג וועט מען פוקד זיין ביים ציון פון הגה"ק רבי ישראל ראטענבערג זצ"ל, פאטער פונעם הייליגן חידושי הרי"ם זי"ע, וועמענ'ס יארצייט געפאלט בו ביום. נאכ'ן פראווען דעם געהויבענעם שבת וועט מען זונטאג ביום ל"ג בעומר זיך ארויסלאזן קיין קראקא, וואו מ'וועט האבן די זכי' צו מעריך זיין א הדלקה לכבוד היום, און דערנאך פוקד זיין ביי די גאוני עולם ושרפי מעלה ביי די ארטיגע בתי עלמין.


ושבתי בשלום אל בית אבי

Comments


bottom of page