top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהתייעצות האד' מסאטמאר: באזונדערע "קינדער מנין" יו"ט שבועות צו פארדינען פלאץ אין ביהמ"ד הגדול

מוצאי שבת פ' בחוקותי • כ"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


אין א פרואוו צו לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ וואס הערשט אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל און בפרט אינעם יו"ט שבועות, ווען דער געדרענג אין ביהמ"ד הגדול איז למעלה מן המשוער, וועט היי יאר בהתייעצות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - צוגעשטעלט ווערן א באזונדערע "קינדער מנין" וואו די טויזנטער ילדי תשב"ר וועלן קענען באזונדער דאווענען די תפילות אונטער א ספעציעלן מסגרת.


נאך די שווערע הארעוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין די פריערדיגע יארן, ביים פרובירן צוצושטעלן גענוג זיצן, וואס איז ניטאמאל געווען גענוג אויף פאר שבועות, זענען די עסקנים אויפגעקומען מיט דעם פלאן אהערצושטעלן א ''קינדער מנין" צו קענען פארדינען נאך פלאץ אין ביהמ"ד, נאכדעם וואס פילע אידן פלעגן דינגען זיצן פאר זיך און פאר די קינדער וואס דאס ברענגט אז וויפיל זיצן מען זאל צושטעלן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג.


דער מנין וועט פארקומען אינעם בנין ביהמ"ד הגדול און וועט זיין ספעציעל געשמאק אהערגעשטעלט פאר די קינדער, מיט ספעציעלע פראגראמען און דרשות לכבוד יו"ט אונטער די אויפזיכט פון די מחנכים אין די מוסדות הקדושים.



Comments


bottom of page