top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא בשם ה' • האד' מוויז'ניץ ערשיינט אין שטאט אשדוד אויף לענגערע ביקור קודש בקרב חסידיו | בילדער

דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎


בלב מלא התרגשות האבן וויזניצער חסידים תושבי אשדוד מקבל געווען את פני הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט מופיע געווען בהדרו בשערי העיר אויף א לענגערע ביקור קודש בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי אשדוד.


זונטאג נאכמיטג אייידערן ארויספארן קיין אשדוד איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה אינעם אוהל אדמור"י בית וויז'ניץ אין בני ברק. שפעטער באנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען קיין אשדוד, אין די רובע ד' געגענט, ווי די חסידים האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בקול רינה וצהלה.


עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אין א לאקאלע ביהמ''ד וואו די רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש ארויסברעגנדיג רגשי לבבו צו זעהן דעם היימישן עולם בכמות ובאיכות, די רבי האט דערציילט אז ער האט זיך נארוואס משטתח געווען על ציון קדשו פון אביו הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע, און געבעטן פונעם טאטן ער זאל שטיין לימינו ביים דעם באזוך אין שטאט, נאכן מעמד קבלת פנים האט די רבי שליט"א געדאווענט מעריב און געציילט ספירה.


נאכן מעמד איז די רבי צוגעפארן צום אכסניא אין די רובע ד' געגנט אויסער די היימישע געגענט, וואו די רבי וויילט ביז סוף וואך אויף אפרוה. איינע פון די טעג איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה אינעם רבינס אכסניא וואו די רבי שליט"א האט קובע געוועהן א מזוזה און דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים מיטן בעל האכסניא ומשפחתו.


אויך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א וועלכער לאזט זיך היינט ארויס קיין לאס אנזשעלעס לטובת מוסדותיו אין וועט זיך נישט געפינען אין שטאט בעת דעם געהויבענעם ביקור קודש פונעם וויז'ניצער רבי'ן אין אשדוד.


















































Comments


bottom of page