top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מקץ שביעים שנה: 70'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינב

מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN

 

דעם פרייטאג ערב שבת אין די פארטאגס שעון איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אריינגעקמען צום שוה''ט אין סעודת הילולא לרגל די 70'סטע יארצייט פון זקינו הרה''ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן בו ביום י"ט מנחם אב.


די רבי איז אריינגעקומען אום 5:00 אזייגער פארטאגס און זיך געוואשן צום סעודת הילולא, דער טיש האט זיך פארצויגן פאר לאנגע שעהן נאכאנאנד, די רבי האט געזאגט תורה און מען איז דורך א לענגערע צייט זאגן לחיים, עס איז שוין געווען אום 9:00 אזייגער אינדערפרי ווען די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר די חסידים, און דערנאך איז פארגעקומען א ברית ווי די רבי האט געזאגט די ברכות און דערנאך געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט.


תיכף נאכן ברית ארום 11:00 פארמיטאג איז די רבי שליט"א כמנהגו ארויסגעפארן קיין טבריה מיטן באס וואס פירט דעם ציבור חסידים פון בית וגן צום עליה לציון הק', ארום 2:30 נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויפן בית החיים צום ציון הק' פון זקינו דער בעל ההילולא ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן ארום צוויי שעה, ווי מען האט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים און די רבי האט געזאגט קדיש, דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען און שופך שיח געווען א תפילה חרישית, צוליב די שפעטע שעה פאר שבת איז מען דאס יאהר נישט אדורך מיט הזכרות, ארויסגייענדיג איז דער רבי צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פון די תלמידי הבעש''ט הק', און ארום 5:00 נאכמיטאג בפניא דמעלי שבתא האט זיך די רבי צוריק געקערט מיטן באס, און אנגעקומען לביתו נאווה קודש אין בית וגן נאך זיבן אזיגער נאכמיטאג געציילטע מינוטין פאר שקיעת החמה.

















Comments


bottom of page