דאנערשטאג פ' ויחי • ט"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שוקי לרר
השתדלו והרבו תחינה ובקשה
כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א וועלכע איז פאריגע וואך ארויסגעפארן קיין אריזאנע אויף אפרוה איז די וואך דינסטאג אריינגענימען געווארן צו א לאקאלע שפיטאל אויף פאראויס געפלאנטע טעסטס צו פארבעסערן זיין געזונט צושטאנד, אויפן פארלאנג פון די דאקטורים איז די רבי שליט''א פארבליבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציע אין מען האפט אז די רבי שליט''א זאל שוין קענען אהיימקומען בעפאר שבת בס''ד.
כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה והמהירה פון מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.
Comments