top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאב"ד מאקאווא וועט אפפליען קיין אייראפע און פראווען יו"ט שבועות אין מעזיבוזש מיט תלמידיו וחסידיו

זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


אויך דאס יאהר גרייט זיך כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א ארויסצופארן אויף יום שבועות צום הייליגן שטאט מעזיבוזש אין אוקריינע ווי די רב שליט"א וועט ווי כמנהגו צענדליגער יאהרן פראווען דעם יו''ט שבועות בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק' אינאיינעם מיטן חבריא תלמידים וחסידים וועלן קומען צו פארן פון ארץ ישראל און פון איבער די גארער וועלט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יו''ט און די הילולא קדישא פונעם הייליגן בעל שם טוב וואס געפאלט אויס אום יו''ט שבועות.

די רב שליט''א וועט זיך ארויסלאזן מיטן שיירה מארגן מאנטאג צופרי אויפן וועג קיין פולין, וואו מען וועט שפעטער באנאכט אריבערשפרייזן דעם גרעניץ קיין אוקריינע מיט א באן. יו''ט שבועות וועט די רב שליט"א פראווען אינעם בנין הכנסת אורחים היכל הבעש''ט סמוך ונראה צום ציון הק', ערב יו''ט אריינטרעטנדיג אינעם יומא דהילולא קדישא וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק'. בליל התקדש החג וועט מען דאווענען די תפילות אינעם היסטארישן בעל שם טוב'ס שוהל, נעילת החג דעם צווייטן טאג יו''ט וועט די רב שליט"א אפרעכטן כדרכו אינעם איבערגעבויעטן שול פונעם הייליגן אפטא רב זי''ע אין מעזיבוזש. דעם קומענדיגן שבת פ' נשא וועט דער רב שליט"א וויילן אין אתרא קדישא ליזענסק און אפרעכטן די תפילות און טישן סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע.

bottom of page