top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא • האד' מוויז'ניץ געלאנדעט אין ניו יארק

מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם


היינט אין די פארטאגס שעהן האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א געלאדענט אין די JFK לופטפעלד ווי די רבי איז געווארן אפגעווארט דורך א גרויסער ציבור חסידים וועלכע זענען ארויסגעפארן מקבל פנים זיין דעם רבין בבואו לחון את פני העיר, צווישן אנדערע האבט זיך אנגעזעהן דעם רבינס איידעם הרה''צ רבי יצחק טווערסקי בן האד' מסקווירא אין די בני המשפחה, מען איז פאראיבער שלום נעמען אין די רבי האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש פאר די חסידים, פונעם עירפארט איז די רבי צוגעפארן צום סקווירא שטעטל ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן משך די קומענדיגער וואך בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער.






די סדר ימי הביקור פונעם רבי'ן שליט''א אין אמעריקא.

די שאטער פארנט פונעם אכסניא אין שיכון סקווירא ווי די רבי וועט דאווענען די תפילות דורכאויס די וואך.






bottom of page