top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה להיכלא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון בראשות האד' מתולדות אברהם יצחק

מיטוואך פ' חוקת • ד' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד כהן

 

א התרגשותדיגע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי ערב ראש חודש תמוז בהר הקודש מירון, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה מהודרת להיכלא קדישא פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, בנדבת לבו הטוב פון הרב אורי משה עומסי הי"ו לעילוי נשמתו פון זיין פאטער ז"ל.


די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע וויילט די טעג אין הר יונה אויף מנוחת הנפש, און איז ספעציעל אריינגעפארן קיין מירון צו באשיינען די מעמד, די רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד סיום כתיבת האותיות און אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, און דאן געמאכט הגבהה אויף די ספר תורה און איר ארויסגעפירט צום תהלוכה ברחובה של עיר צום ריכטונג פונעם ציון הקדוש, ווען די איינוואוינער פון מירון והגלילות און פילע מתפללים טאנצן אויף די גאסן זיך מיטפרייענדיג בשמחת התורה ובשמחתו של רשב"י אשר גילה סתרי תורה.


 די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת ועוז אינעם חצר הציון, אין שפיץ פון די מרא דאתרא הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א גאב"ד מירון און כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א, לקול תרועת הזמר בכלי שיר תוף ומחול אנגעפירט דורך די בארימטע מלכות קאפעליע און שפיץ פונעם בעל מנגן ר' אהרן סאמעט הי"ו.



Comments


bottom of page