top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איינדרוקספולע מעמד כוללות קוויטל פאר טויזנטער תשב"ר רבנן ותלמידיהון פון די תלמודי תורה דחסידי בעלזא

מיטוואך פ' נצבים וילך - כ' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

א מחזה הוד והדר האט זיך אפעגעשפילט דעם מאנטאג נאכמיטאג אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווען די טויזנטער זרע ברך השם ילדי תשב''ר פון די עלטערע כיתות אין די מוסדות הקדושים דחסידי בעלזא בארץ הקודש, רבנן ותלמידיהון, האבן זוכה געווען זיך מזכיר צו זיין ביי עטרת ראשם כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לקראת דעם נייעם יאהר הבעל''ט להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן האבן זיך אנגעהויבן צוזאמצונעמען אינעם גרויסן שטוב, די טויזענטער קינדער פון די עלטערע יארגענג אין די תלמודי תורה פון ירושלים, בני ברק, אשדוד, תל אביב, בית שמש, נוף הגליל, קרית גת אין חיפה. מריחוק מקום האבן מיטגעהאלטן דורך א לייוו הוקאפ די תלמידי התלמוד תורה פון אויסלאנד אריינגערעכנט, ניו יארק, קאנאדע, לאנדאן מאנטשעסטער אין אנטווערפען. די טויזנטער קינדער בליעה''ר האבן אנגעהויבן זינגען ניגוני ימים נוראים וואס ווערט געזינגען ראש השנה אינעם בעלזער הויף. דאן האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה''ג רבי שלום דירנפעלד ראש ישיבת 'תורה ואמונה' מיט פאסיגע דברי הכנה צו דעם מעמד נשגב.


דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט עטליכע פרקי תהילים מיט א כח הרבים אויסגעבעטן א רפואה שלימה פארן מנהיג העדה דער רב שליט''א שיתחדש כנשר נעוריו אין קענען אנגיין לאנגע געזונטע יאהרן מיט די עבודת הקודש. דאן האט אויפגעטראטן מיט א קורצע דרשה דער מחנך הרב דוד אייזנבאך מלמד אין די בעלזער תלמוד תורה אין בני ברק.


דאן איז געקומען דעם מאמענט ווען די רב שליט''א איז ערשינען צום מעמד, מען האט ממשיך געוועהן די ווארימע ניגונים בעת די רב האט געליינט די קוויטלעך, אין דאן האבן די צאן קדשים מיט א יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים וואס די רב שליט''א האט משמיע געוועהן אריינבלאזנדיג א קוואל פון חיזוק פאר די טייערע תלמידים, לעלות בסולם העולה בית קל אין מסיים געוועהן בברכותיו הטהורות פאר אלע קינדער אין זייערע מלמדים.


דערנאך האט די רב אנגעוואונטשן די האניג וואס איז שפעטער פארטיילט געווארן פאר די קינדער אין דאן האט מען אנגעהויבן דורכגיין יעדער תלמוד תורה באזונדער, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, צום שלוס זענען דורך די מנהלים אין די מלמדים כלי קודש וועלכע האבן באקומען האניג מידיו הקדושות פונעם רב שליט''א אויף א זיס יאהר.





















Comments


bottom of page