top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 19 בספט׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 26 בספט׳ 2024

ree

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ אין א טאנץ מיט מקורבו הרב מנחם אליעזר מאזעס ביי די חתונה פון זיינס אן אייניקל די וואך.


אן אויסצוג פונעם שיעור כללי דורכן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט''א ביים שבת חברותא אין דשארדזשיע וואו דער ראש ישיבה האט דערציילט איבער אן אינטערסאנטע ערשיינונג וואס ער האט געהאט ביי א שיעור אין ביהמ''ד הגדול קארלין סטאלין בנוכחותו פון האד' מקרלין סטאלין.


האד' מבאבוב 45 ביים טועם זיין פון די חתן'ס שיריים ביים חתונה הגדולה די וואך כמנהג באבוב.

ree

האד' מבאבוב ביים טועם זיין פון די חתן'ס שיריים ביי איינע פון די שבע ברכות די וואך כמנהג באבוב.

ree

הרב חיים שלמה פישער משב"ק האד' מסאטמאר ביים שרייבן א קוויטל פאר הגה''צ ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א אב"ד סאטמאר לינדען ביי די זמני כניסה די וואך ביים באזוך פון האד' מסאטמאר אין לינדען.

ree

האד' מבאבוב אין א שמועס מיט הרה"ח ר' מרדכי שמואל קאהן משב"ק הרה"ק מסקולען זצ"ל נאכן מנחם אבל זיין אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק.

ree

די צוויי בארימטער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד (המודיע) און הרב יוסף מאיר האס (המבשר) אין א ידידות'דיגע שמועס ביי די ימי ויעדה די וואך דורך שלומי אמונים אין קיבוץ חפץ חיים.

ree

הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית מסאטמאר באגריסט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא ביי א שמחה די וואך אין ניו יארק.

ree

די הכנות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן צום יו"ט ראש השנה וואו מען האט צוגעלייגט א פיר שטאקיגע גאלעריע, 3 שטאק פאר בחורים און די די העכערע שטאק פארן עזרת נשים.

ree

הרב יעקב אורי משב"ק האד' מראחמיסטריווקא ביים דורכגיין איבערגעבן די התחייבות ביים מגבית די וואך לטובת ארגון 'השומרים' דחסידי ראחמיסטריווקא.

ree

דער בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שוקי לרר געזעגענט זיך פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא נאכן היסטארישן מסע ההצלה קיין פאריז פראנקרייך.

ree

הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א ביים שרייבן חידושי תורה וויילנדיג אויף די בערג אין ווייטן אוסטראליע, וואו ער האט געפראוועט א געהויבענע שבת אינאיינעם מיט די בחורי ק"ק עדת ישראל.

ree

'קרישקעס' האט די וואך באמערקט א לאנגע שורה פון צדקה גייער וואס ווארטן אריינצוגיין צו הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א, וואס האט פארטיילט גרויסע סומעס צדקה ביום החופה פון אן אייניקל, החתן בן בנה הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א.

ree

הרה"ח ר' שמעון ישראל פריעד הי"ו נאמן ביתם פון אדמור"י בית סקולען טרעט אויף ביים עצרת הספד ככלות השבעה פון הרה"ק מסקולען זצ"ל אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן.

ree

האד' מוויזניץ מאנסי אנקומענדיג אין די היטראו לופטפעלד אין לאנדאן היינטיגן דאנערשטאג צופרי.

ree

האד' מסקולען ירושלים אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל נאך די ימי השבעה פון אחיו הגדול הרה"ק מסקולען זצ"ל.

ree

הכנות ביים אויפשטעלן די שאטער הגדול בחצר הקודש קארלין סטאלין אין גבעת זאב אויף די תפילות ראש השנה.

האד' מוויזניץ איז מנחם אבל ביי האחים שארף נאך די פטירה פון זייער פאטער, צווישן זיי ר' מרדכי שארף מגדולי עסקנים אין וויזניץ.

ree

האד' ממחנובקא בעלזא דאווענט שחרית ביים כותל כאחד האדם צווישן די מתפללים וויילנדיג אין ירושלים אויף אפרוה.

ree

נעים זמירות ישראל ר' מאטי שטיינמעץ הי"ו ביים שלום נעמען פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים מסע ההצלה די וואך אין פאריז פראנקרייך.

ree

האד' מסטוטשין אריינקומענדיג אין סקולענער ביהמ"ד צום ניחום אבלים וואו די רבי האט אויסגעבראכן אין א געוויין און נישט געקענט צו זיך קומען - שבור ורצוץ על האי שופרא דבלי עפרא.

ree

די פאטאגראפירער בחצר הקודש בעלזא ר' אנשל בעק ביים דורכגיין לברך ולהתברך בעת די קבלת קהל ביי רבו האדמו"ר מבעלזא.

ree

אין בעפארגרייטונג צו דער באזוך פון האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א קיין אוקראינע, האבן זיך עסקנים פון די חסידות געטראפן מיט דער פארשטייער פון די מיליטער אין די וויזניצא דיסטריקט, צו דיסקוסירן זיכערהייט און קאארדינאציע.

ree

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א באזוכט ביים פעטער הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן.

ree

הרה"ח ר' משה יונה ראזנפעלד שליט"א ובנו הרה"ח ר' חיים אלעזר שליט"א מנהלי מוסדות 'בית לפליטות' בקודש פנימה ביי האד' מצאנז קלויזנבורג בבית האכסניא בגלילות ירושלים.

ree
ree

האד' מסערט וויזניץ ביים שמחת החתונה פון א אייניקל ביי הרב חיים מאיר סבו משב"ק אביו בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל.

ree

הרב אפרים פישל פרידעמאן בן האד' מסאדיגורא זצ"ל באזוכט ביי גאב"ד מאקאווא בעת זיין באזוך די וואך אין לעיקוואד.

ree

העסקן הרב אפרים שטערן מראשי הנהלת העדה החרדית באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנוך שליט"א איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד.

ree

האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון לינדען און אוקענוויין ביים שבע ברכות די וואך בחצר ראחמיסטריווקא אין לינדען.

ree

האד' מנדבורנה ירושלים אויף א ביקור תנחומין ביי האד' מקאזמיר שטייענדיג אין די ימי השלושים נאך די פטירה פון אמו הרבנית ממודזיץ ע"ה.

ree

מודעה בחצר הקודש צאנז מיט א רוף צום ציבור איינצורייסן לרפואתו השלימה פונעם משב"ק הרה"ח ר' אייזיק מאיר זלמנוביץ לרפואה שלימה.

ree

האד' מקאלוב פון ארה"ק אויף א תפילה ביים ציון פון הרה"ק מריבניץ זיע"א אויפן וויזניצער בית החיים אין שטאט מאנסי.

ree

הגה"ח ר' אברהם וועג ז"ל וועלכע האט די וואך אויסגעהויכט זיין נשמה, ווערט געזעהן בלויז געציילטע טעג בעפאר זיין פטירה ביים עוסק זיין בתורה אין אתרא קדישא מירון, אינאיינעם מיט זיין אייניקל ר' מאטי שטיינמעץ הי"ו.

ree

א ברכת מזל טוב פארן איש המעש דער מעיאר פון שטאט בני ברק הרב חנוך זייברט, לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה, א טאכטער פון זיין זוהן ר' משה זייברט.


ברכת מזל טוב פאר הרב מרדכי דוד שנייד משב"ק האדמו"ר מבאיאן, לרגל שמחת אירוסי בנו החתן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן שר החסד הרה"ח ר' אפרים שטרן יו"ר 'עונג שבת ויום טוב' לרגל שמחת נישואי בתו הכלה למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' שמעון מאיר פריעד הי"ו לרגל די בר מצוה פון בנו בכורו למזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page