מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אבי יתומים ודין אלמנות, אלקים במעון קדשו
שטייענדיג געציילטע טעג איידער די גרויסארטיגע שמחת החתונה בחצר הקודש גור, שמחת החתונה פונעם עלטסטן קינד ביים רבינ'ס זון הגאון החסיד ר' שלמה צבי אלתר שליט"א, וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים, ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות צו אנטפאנגען די טויזענטער חסידים וואס קומען צו פארן מרחוק ומקרוב מיטהאלטן די געהויבענע שמחה.
גאר ספעציעל איז די התרגשות און הכנה דרבה צום יעצטיגן שמחת החתונה, ווען עס ווערט געלייגט א שטארקע געוויכט אויף די צענדליגע יתומים און עלנדע מענטשן מקרב חסידי גור, נאך וואס דער געהויבענער בעל שמחה הגאון החסיד ר' שלמה צבי שטייט בראש פון די פילע ארגענעזאציעס און מפעלי חסד ארויסצוהעלפן און באגלייטן פערזענליך די יתומים פון די קהילה, און זארגט זיך פאר זייער וואוילזיין פיר און צוואנציג שעה נאכאנאנד מיט א מורא'דיגע איבערגעגעבנקייט.
אין די יעצטיגע טעג איז פארטיילט געווארן שפאגל נייע בגדי שבת, קאפטענעס פאר אלע בחורים יתומים, און נייע ספאדיקעס פאר די עלנדע אינגעלייט, די היסטאריש ברייטע חלוקות איז צושטאנד געקומען דורכן מנהל אירגון היתומים הבן יקיר הרב ישראל אשכנזי, און דורך די חשובע עסקנים ר' אברהם זילבערשטיין און ר' ישראל שטוהל, וועלכע שטייען אין שפיץ פון די אקטיוויטעטן אינערהאלב חבורה של שמחה פאר די עלנדע אינגעלייט.
אזוי אויך זענען איינגעלאדענט געווארן צום שמחת החתונה אלע יתומים און יתומות אויך מעבר לים, וועלכע האבן געקריגן אומזיסטע נסיעות קיין ארץ ישראל, און אש"ל מלא צוגעשטעלט אויף א ברייטע פארנעם פאר די גאנצע ימי השמחה. דעם שבת ביים שמחת האויפרוף האבן די קינדער שוין געהאט די זכיה צו מיסב זיין על שולחן מלכים, ווען פארנט פונעם רבי'ן איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעלע זיץ פלעצער פאר די יתומים און עלנדע אינגעלייט און קינדער.
אין אנדערע נייעס וועט קומענדיגע וואך פארקומען א ספעציעלע שמחת השבע ברכות במעונו פון הנגיד ר' אברהן גאטעסמאן חבר הנהלת המרכז העולמי דחסידי גור און חבר הנהלה פון איחוד מוסדות גור, ספעציעל געאייגענט פאר הונדערט אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט אויף מער ווי טויזענט בלעטער גמרא מזומנים, אין ראם פון אירגון תורתו וואס שטייט אין שפיץ פונעם געהויבענעם מחותן אבי החתן הגאון החסיד ר' שלמה צבי אלתר. די שבע ברכות וועט פארקומען אין שפיץ פונעם נשיא החבורות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
דעם שב"ק ביים שמחת האויפרוף, האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין א היסטארישע שריט געהייסן איבערגעבן די עלי' פון פרשת שקלים פאר נכדו חביבו דער חתן האויפרוף, טראץ וואס יעדעס יאר איז דער רבי אליינס עולה די קריאה פון פרשת שקלים, דער רבי האט ערווענט אז ביים שמחת האויפרוף פונעם פעטער דער הייליגער בית ישראל, וואס איז אויך געווען שבת שקלים, האט דער זיידע דער הייליגער אמרי אמת אוועקגעגעבן די עלי' פון פרשת שקלים פארן אויפרוף חתן.
Comments