פרייטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: דוד כהן
מיט גרויס עקסטאז און התרגשות, האבן חסידי וויז'ניץ נדיבים בעם תושבי ארצות הברית אויפגענומען די פריידיגע נייעס אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט ספעציעל קומען צו פארן קיין אמעריקא און פראווען א געהויבענעם שבת תוך אמונה עם סגולה מיט די נגידים ובונים פונעם בנין בית המדרש הגדול בית וויז'ניץ.
די וויז'ניצער רבי האט ווי ברייט באקאנט דעם ווינטער פראקלאמירט א אלוועלטליכן קאמפיין צו דעקן די חובות פאר די בנין הגדול בית ויזניץ אין קרית ויזניץ בני ברק. די רבי שליט"א איז שוין צו דעם צוועק אנגעקומען קיין ניו יארק אויפצוטרייבן סכומים אדירים, און געפראוועט א גרויסן שבת מיט די חסידים אין מאנסי. אצינד האט די רבי שליט"א באוויליגט ארויסצופארן אויף א ספעציעלע שבת אינאיינעם מיט נדיבים בעם וכל איש אשר נשאו לבו, וואס וועלן זיך אנרופן מיט סכומים הגונים צוצולייגן א פלייצע פאר די גרויסע מגבית פונעם רבי'ן שליט"א צו דעקן די אסטראנאמישע קאסטן פונעם גרויסן בית המדרש.
די דערהויבענע שבת מעין עולם הבא איז באשטימט געווארן אויף דעם קומעדיגן שב"ק פרשת בחוקותי אין די פראכטפולע מלון רעזארט אין ניו דזשערזי. לויטן פלאן וועט די רבי ארויספארן פון ארצינו הקדושה די קומעדיגע וואך דאנערשטאג בחוקותי, אויף א בליץ באזוך פון בלויז געציילטע טעג און פראווען שבת מיט די גבורי חיל ונדיבי לב, וואו די רבי וועט דערהייבן דעם ציבור המשתתפים כשהמלך במסיבו. נאך שבת וועט זיך די רבי שליט"א צוריק קערן למעון קדשו אין קרית וויזניץ בני ברק.
Comments