top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק אין שפיטאל

מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


א היסטארישע באזוך איז פארגעקומען יעצט ביינאכט אין ארץ ישראל אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים, ווען דער מעיאר פון ניו יארק סיטי עריק עדעמס איז געקומען באזוכן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער געפונט זיך די טעג אין שפיטאל ווי ברייט באריכטעט.


דער מעיאר פון ניו יארק וועלכער האלט זיך אויף די טעג אין ארץ ישראל פאר פאליטישע אנגעלעגנהייטן, איז געקומען באזוכן דעם רבי'ן אין שפיטאל, אין באגלייטונג פון זיין אידישער געהילף ר' יואל אייזדארפער מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק. דער מעיאר איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס כבוד דורך די קינדער פון רבי'ן און די מקורבים, און איז אריין אויף א באזוך אין די פריוואטע צימער פונעם רבי'ן.


דער מעיאר איז געזעצט געווארן נעבן דעם רבינ'ס בעט און דערציילט פארן רבי'ן איבער זיינע נאנטע באציאונגען מיט די חסידישע אידן אין ניו יארק, העסקן ר' יואל אייזדארפער האט איבערגעטייטשט די ווערטער פונעם מעיאר פארן רבי'ן, און דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל זען הצלחה אויף זיין שטעלע, און ווייטער קענען ארויסהעלפן אידישע קינדער על מי מנוחות.


דערנאך איז דער מעיאר אויפגענומען מיט גרויס כבוד דורך די הויפט פראפעסארן פון שפיטאל, דער מעיאר האט ארומגערעדט מיט די דאקטוירים די געוואלדיגע השפעה וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט אין די חסידישע וועלט, און ווי ער האלט אליינס מיט די גרויסע כח פונעם רבי'ן אין ניו יארק, וואו פילע חסידים קלאמערן זיך לאורו הגדול, דערביי האט דער מעיאר ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט צוצושטעלן די סאמע בעסטע באהאנדלונגען פארן רבי'ן, ביז דער רבי וועט צוריקקומען צו די כוחות און זיך ערהוילן מיטן אויבערשטנס הילף.





Comments


bottom of page