top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב ערשיינט אין שטאט בני ברק צום שמחת הברית פון איר אייניקל

פרייטאג פ' בהר • ט"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א מופיע געווען בהדרו אינעם שטאט בני ברק לרגל די שמחת הברית פון א איר אייניקל, אן אייניקל ביי חתנו הרה"צ רבי מרדכי היילפרין אב"ד קהל חסידים ביתר זון פון הגה"צ גאב"ד ראדומישלא רמות שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב דוד שטערן זון פון הרה"צ ר' משה הלל שטערן בן הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא בני ברק שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א.


די רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט די ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל אברהם נאכן רבינס שווער כ"ק אדמו"ר מלובלין זצ"ל, מיט די אנדערע כיבודים זענען מכובד געווארן די זיידעס, סנדקאות די פרמישלאנער רבי, כסא של אליהו די ראדומישלא רב און עמידה לברכות די ראחמסטריווקא רב פון בני ברק, נאכן ברית האבן זיך די אדמורי"ם געוואונטשן מזל טוב און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שפיץ פון די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, וועלכע האבן פארפירט א שיינע שמועס צווישן זיך בעניני ברית מילה און סיפורי צדיקים, דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געזעגנט לשלום, און כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז פארבליבן צום סעודת ברית אין איינע פון די חדרי התפילה אין ביהמ"ד הגדול פרמישלאן.


גייענדיג צום סעודת ברית איז די רבי שליט"א דורך דעם היכל בית המדרש הגדול, עס איז געווען א מחזה הוד ווען די רבי האט זיך אפגעשטעלט, געעפענט א גמרא מסכתא קידושין און געלערנט דערין א שטיק צייט, נישט וועלנדיג זיך באנוצן מיטן ביהמ"ד אלס א 'קפנדריא' וואו די רבי איז זיך נוהג. ביים סעודת ברית האט די רבי טועם געווען פון די מאכלים און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, שפעט נאכמיטאג האט די רבי פארלאזט בני ברק אויפן וועג למעון קדשו אין בית וגן.









































Comments


bottom of page