top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זה קלי ואנוהו: אויגפארכאפנדע "ארון הקודש" וועט באנייט ווערן יו"ט שבועות אינעם קלויז הגדול באיאן

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


בחצר הקודש באיאן ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות צום יו"ט שבועות ווען עס וועט נתרומם ווערן כבוד התורה ותפארתה, ביים מעמד "חנוכת ארון הקודש", מיט'ן באנייען דעם נייעם זעלטן פרעכטיגן ארון הקודש וואס ווערט יעצט פארענדיגט מיט אויגפארכאפנדע שיינקייט אינעם קלויז הגדול בירושלים עיה"ק.


דער נייער ארון הקודש טוט גלייכצייטיג פארענדיגן מיט פראכט דעם גאנצן מאיעסטעטישן "פני המזרח" פונעם קלויז הגדול, א פארצווייגטע ארבעט וואס גייט שוין אן די לעצטע פיר יאר, צו גומר זיין כלול בהדרו דעם נייעם קלויז הגדול, וואס נעמט אריין די נייע ארון הקודש, דעם רבי'נס בימת כבוד, די בימת החזן, די טיר צום רבי'נס צימער, א.א.וו.


דער גולת הכותרת פונעם פראיעקט איז דער ארון הקודש, וואס איז ערצייגט געווארן אויף א זעלטן שיינעם פארנעם, באצירט מיט הערליכע אויסשניצונגען פון עץ ואבן, טראגנדיג אויפ'ן שפיץ דעם "קאפל" נאכגעמאכט פונעם היסטארישן תפארת ישראל שול אין אלטשטאט ירושלים. דער ארון הקודש איז ערצייגט געווארן דורך עקספערטיזע ארכטיקעטן, אין שפיץ פונעם בארימטן מייסטער ארכטיעקט ר' אהרן אסטרייכער, און איז יעצט פארענדיגט געווארן לכבוד זמן מתן תורתינו.


א מחזה נרגש האט זיך אנטפלעקט דעם ערש"ק ווען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז ערשינען אינעם קלויז צו מנחה, און איז צוגעטרעטן מיט פארכט זיך געזעגענען פונעם אלטן ארון הקודש וואס האט משמש געווען דעם היכל הקלויז פאר צענדליגער יארן.


דער נייער ארון הקודש איז בנדבת לבו פון הנגיד החסיד ר' ארי' שטערן, לע"נ זיינע זיידעס, און באזונדער האט ער געלאזט שרייבן א נייע ספר תורה, וואס ער וועט מכניס זיין להיכל ה' בעצם זמן מתן תורתינו, און אזוי אינאיינעם וועט געפייערט ווערן די שמחה כפולה, מעמד "הכנסת ספר תורה וחנוכת ארון הקודש" במעמד אלפי חסידי באיאן וואס וועלן פראווען דעם יו"ט בצל הקודש פונעם רבי'ן.


דער מעמד וועט זיך אנהייבן נאך ערב יו"ט, ביים מעמד "סיום כתיבת האותיות" אין שטוב פונעם נדבן ר' ארי', בראשות פונעם רבי'ן, און יו"ט צופרי פאר קריאת התורה וועט דער רבי פארזאגן אקדמות און ליינען פון די נייע ספר תורה, וואס ער וועט נאכ'ן ליינען אריינפירן אינעם נייעם ארון הקודש, לקול רנה ותודה המון חוגג ביום שניתנה בו תורה.


צומארגנס דאנערשטאג, אסרו חג אין ארץ ישראל, וועט פארגעקומען די גרויסע סעודה לגומרה של תורה, ספעציעל געאייגנט פאר די הונדערטער תלמידי חכמים מופלגים פונעם מפעל "להורות", דער ביהמ"ד להכשרת מורי הוראה שע"י חסידי באיאן, וואס דער פטרון המפעל איז דער נגיד ר' ארי' שטערן. דער מעמד וועט פארקומען אין די זאלן פון עטרת מלכה, אין שפיץ פונעם רבי'ן, ווען דערביי וועט ארויסקומען דער הוקרה של תורה פאר די הונדערטער רבנים ועמלי תורה וואס זענען זיך משלים אין אלע מקצועות הוראה.


תנו כבוד לתורה!




Comments


bottom of page