דינסטאג פ' וישלח • ט' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור הוד בביתו נאווה קודש פון ידידו ורעו מאז ומקדם כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואס עיניו נשואות כל הימים למען הצלחת ק״ק סאטמאר ומוסדותי׳, והנה המלכים נועדו יחדיו. דער באזוך איז פארגעקומען אינעם היכל זכרון יעקב, דער בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א וואס איז ספעציעל אהערגעשטעלט געווארן צו דעם וויזיט לכבודו פונעם גרויסן גאסט.
דער רבי האט מקבל פנים געוועהן דער סאטמארער רבי מיט גרויס כבוד און הערצה און זיך נאכגעפרעגט איבער די מטרה פונעם באזוך און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די היזיגע קהילה און מוסדות, און עס איז ארומגעשמועסט געווארן סיפורי קודש פון די צדיקים הקודמים. די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים און האד' מפשעווארסק האט דערביי אנגעוואנטשן דעם רבי'ן שליט"א בברכת קדשו לרוב ער זאל ווייטער קענען זיין דער שליח ציבור פאר כלל ישראל און פירן די עדה הקדושה צו לאנגע געזונטע יאהרן.
Comments